תְּהִלִּים92

1אַ מיזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת.2גוט איז צו לױבן ה׳, און זינגען צו דײַן נאָמען, דו עליון;3צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד און דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט,4אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר, מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף.5װאָרעם האָסט מיך דערפֿרײט, ה׳, מיט דײַן װערק, איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון דײַנע הענט.
6װי גרױס זײַנען דײַנע מעשׂים, ה׳! טיף ביז גאָר זײַנען דײַנע טראַכטונגען.7דער בהֵמישער מענטש װײס נישט, און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס נישט.8אַז די רשעים שפּראָצן װי גראָז, און עס בליִען אַלע טוער פֿון אומרעכט, איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק.9אָבער דו ביסט דערהױבן אױף אײביק, ה׳.10װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט, ה׳, װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט װעלן אונטערגײן, צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט.
11און האָסט דערהײכט װי בײַ אַ װיזלטיר מײַן האָרן; איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל.12און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע לױערער; אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר, הערן מײַנע אױערן זיך אָן.
13דער צדיק װעט בליִען װי אַ טײטלבױם, װי אַ צעדערבױם אין לבֿנוֹן װעט ער װאַקסן.14אײַנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון ה׳, אין די הױפֿן פֿון אלוקינו װעלן זײ בליִען.15זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער, פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ זײַן;16צו דערצײלן אַז ה׳ איז רעכטפֿאַרטיק, מײַן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים נישטאָ.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276