תְּהִלִּים91
1דו װאָס זיצסט אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון עליון, װאָס אין שאָטן פֿון שַדַי װײַלסטו,2איך זאָג אױף ה׳, מײַן באַשיצונג און מײַן פֿעסטונג מײַן ג-ט װאָס איך פֿאַרזיכער זיך אױף אים,3אַז ער װעט דיך מציל זײַן פֿון פֿױגלפֿאַנגערס נעץ, פֿון דער פּעסט פֿון פֿאַרטיליקונג.4מיט זײַן פֿלעדער װעט ער דיך באַשירעמען, און אונטער זײַנע פֿליגלען װעסטו זיך שיצן; אַ שילד און אַ שילד איז זײַן טרײַשאַפֿט.5װעסט נישט מורא האָבן פֿאַר אַ שרעק פֿון דער נאַכט, פֿאַר אַ פֿײַל װאָס פֿליט בײַ טאָג;6פֿאַר אַ פּעסט װאָס גײט אום אין דער פֿינצטער, פֿאַר אַ מגפֿה װאָס פֿאַרװיסט אין מיטן טאָג.7דיר פֿון זײַט װעלן פֿאַלן טױזנט, און צען טױזנט פֿון דײַן רעכטער האַנט, צו דיר װעט עס נישט גענענען.8בלױז מיט דײַנע אױגן װעסטו אָנקוקן, און די באַצאָלונג פֿון די רשעים װעסטו זען.9װײַל דו האָסט געזאָגט: ה׳ איז מײַן באַשיצונג, געמאַכט דעם עליון פֿאַר דײַן באַשירעמונג.10דיך װעט נישט טרעפֿן קײן בײז, און קײן פּלאָג װעט נישט גענענען צו דײַן געצעלט.11װאָרעם זײַנע מלאָכים װעט ער באַפֿעלן װעגן דיר, דיך צו היטן אין אַלע דײַנע װעגן.12אױף די הענט װעלן זײ דיך טראָגן, טאָמער װעסטו אָפּשלאָגן אָן אַ שטײן דײַן פֿוס.13אױף לײבן און פּיפּערנאָטערס װעסטו שפּרײַזן, װעסט צעטרעטן יונגלײבן און שלאַנג.14װײַל ער האָט געגלוסט צו מיר, װעל איך אים מאַכן אַנטרינען; איך װעל אים דערהײכן, װײַל ער קען מײַן נאָמען.15ער װעט מיך רופֿן, און איך װעל אים ענטפֿערן, איך װעל זײַן מיט אים אין אַ צרה, איך װעל אים דערלײזן, און אים ברענגען צו כּבֿוד.16מיט לאַנגע יאָרן װעל איך אים זעטן, און װעל אים װײַזן מײַן הילף.
Artists for Israel International