תְּהִלִּים93

1ה׳ טוט קיניגן; ער האָט זיך מיט גרױסקײט באַקלײדט; ה׳ האָט זיך אָנגעקלײדט, מיט שטאַרקײט זיך אָנגעגורט; אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען.2פֿעסט שטײט דײַן טראָן פֿון אַ מאָל, פֿון אײביק אָן ביסטו.
3די טײַכן, ה׳, האָבן אױפֿגעהױבן, די טײַכן האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול; די טײַכן הײבן אױף זײער גערױש.4מער פֿון די קוֹלות פֿון װאַסערן גרױסע, פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים, איז מאַכטיק ה׳ אין דער הײך.5דײַנע צײגנים זײַנען זיכער ביז גאָר; פֿאַר דײַן הױז פּאַסט זיך הײליקײט, ה׳, אױף אײביקע טעג.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276