תְּהִלִּים90
1אַ תּפֿילה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט.1 אֲדֹנָי, דו ביסט אונדז געװען באַשיצונג אין אַלע דורות.2אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן, און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט, און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט, ביסט דו אֵל.3ברענגסט דעם מענטשן ביז דערשלאָגנקײט, און זאָגסט: טוט תּשובֿה, איר מענטשנקינדער.4װאָרעם טױזנט יאָר איז אין דײַנע אױגן װי דער נעכטיקער טאָג, װען ער איז פֿאַרגאַנגען, און װי אַ װאַך אין דער נאַכט.5שטראָמסט זײ אַװעק, װי אַ דרעמל װערן זײ; אין פֿרימאָרגן װי גראָז געװאַקסן,6אין פֿרימאָרגן געבליט און געװאַקסן – צום אָװנט אָפּגעשניטן און פֿאַרדאַרט.7װאָרעם מיר װערן פֿאַרלענדט אין דײַן כּעס, און אין דײַן גרימצאָרן װערן מיר פֿאַרכאַפּט.8האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר, אונדזערע פֿאַרבאָרגענישן פֿאַרן ליכט פֿון דײַן פּנים.9װאָרעם אַלע אונדזערע טעג פֿאַרגײען אין דײַן גרימצאָרן, מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אַזױ װי אַ הױך.10די טעג פֿון אונדזערע יאָרן, זײ זײַנען זיבעציק יאָר, און אַז אין גבֿורה, איז אַכציק יאָר; און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק; װאָרעם גיך פֿאַרגײט עס, און מיר פֿליִען אַװעק.11װער פֿאַרשטײט די מאַכט פֿון דײַן כּעס, אַז װי דײַן מוֹראדיקײט אַזױ איז דײַן גרימצאָרן?12לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג, כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.13קער זיך אום, ה׳ – װי לאַנג נאָך? – און דערבאַרים זיך אױף דײַנע קנעכט.14זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט דײַן חֶסֶד, כּדי מיר זאָלן זינגען און זײַן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג.15דערפֿרײ אונדז װי די טעג װאָס דו האָסט אונדז געפּײַניקט, די יאָרן װאָס מיר האָבן געזען בײז.16זאָל באַװיזן װערן דײַן טוּונג צו דײַנע קנעכט, און דײַן פּראַכט אױף זײערע קינדער.17און זאָל די ליבלעכקײט פֿון אֲדֹנָי אלוקינו זײַן אױף אונדז; און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.
Artists for Israel International