תְּהִלִּים89

1אַ באַטראַכטונג פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי.2די חסדים פֿון ה׳ װעל איך אײביק זינגען, אױף דור-דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן דײַן טרײַשאַפֿט מיט מײַן מױל.3װאָרעם איך זאָג: אױף אײביק געבױט איז די גענאָד, די הימלען, אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן טרײַשאַפֿט:4איך האָב געשלאָסן אַ ברית צו מײַן אױסדערװײלטן, איך האָב געשװאָרן צו דָוִד מײַן קנעכט:5אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען, און אױף דור-דורות װעל איך אױפֿבױען דײַן טראָן. סֶלָה.
6און די הימלען לױבן דײַנע װוּנדער, ה׳, אױך דײַן טרײַשאַפֿט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די הײליקע.7װאָרעם װער אין הימל קען זיך גלײַכן צו ה׳? װער איז געגליכן צו ה׳ צװישן די מאַכטיקע?8אֵל איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע, און מוראדיק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.9ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת, װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, ג-ט? און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר.10דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצן ים, אַז זײַנע װעלן הײבן זיך, טוסט דו זײ אײַנשטילן.11דו האָסט צעדריקט װי אַ דערשלאָגענעם, רַהַבֿ, מיט דײַן שטאַרקן אָרעם האָסטו צעשפּרײט דײַנע פֿײַנט.12דײַן איז דער הימל, דײַן אױך די ערד; די װעלט און איר פֿולקײט, זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט.13צפֿון און דָרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן, תָּבֿוֹר און חֶרמוֹן זינגען פֿון דײַן נאָמען.14דו האָסט אַן אָרעם מיט גבֿורה, דײַן האַנט איז שטאַרק, דײַן רעכטע איז דערהױבן.15רעכט און גערעכטיקײט זײַנען דאָס געשטעל פֿון דײַן טראָן, גענאָד און אמת זײַנען פֿאַר דײַן פּנים.16װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס דײַן לײַטזעליקײט, װאָס גײען, ה׳, אין ליכט פֿון דײַן פּנים.17מיט דײַן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג, און דורך דײַן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן.18װאָרעם דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט, און דורך דײַן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן.19װאָרעם ה׳, ער איז אונדזער שילד, און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, ער איז אונדזער קיניג.
20האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו דײַנע פֿרומע, און האָסט געזאָגט: איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ גיבור, איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק.21איך האָב געפֿונען דָוִד מײַן קנעכט, איך האָב מיט מײַן הײליקן אײל אים געזאַלבט;22אַז מײַן האַנט זאָל זײַן פֿעסט מיט אים, און מײַן אָרעם זאָל אים שטאַרקן.23קײן פֿײַנט זאָל נישט מאָנען פֿון אים, און קײן באַעװלער זאָל אים נישט פּײַניקן.24און איך װעל צעשטױסן זײַנע דריקער פֿון פֿאַר אים, און זײַנע שָׂונאים װעל איך שלאָגן.25און מײַן טרײַשאַפֿט און מײַן חֶסֶד װעלן זײַן מיט אים, און דורך מײַן נאָמען װעט דערהױבן װערן זײַן האָרן.26און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים זײַן האַנט, און אױף די טײַכן זײַן רעכטע.27ער װעט מיך רופֿן: מײַן פֿאָטער ביסטו, מײַן ג-ט, און דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;28אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן בכוֹר, פֿאַרן אױבערשטער איבער די מלכים פֿון דער ערד.29אױף אײביק װעל איך אים היטן מײַן חֶסֶד, און מײַן ברית װעט אים בלײַבן געטרײַ.30און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק זײַן זאָמען, און זײַן טראָן װי די טעג פֿון די הימלען.31אַז זײַנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה, און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ נישט גײן;32אַז מײַנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן, און מײַנע געבאָט װעלן זײ נישט היטן;33װעל איך שטראָפֿן מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך, און מיט פּלאָגן זײער זינד.34אָבער מײַן חֶסֶד װעל איך נישט פֿאַרשטערן פֿון אים, און נישט פֿעלשן אָן מײַן טרײַשאַפֿט.35איך װעל נישט פֿאַרשװעכן מײַן ברית, און דעם אַרױסלאָז פֿון מײַנע ליפּן װעל איך נישט בײַטן.36אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מײַן הײליקײט: אױב איך װעל פֿעלשן אָן דָוִדן!37זײַן זאָמען זאָל זײַן אײביק, און זײַן טראָן װי די זון פֿאַר מיר.38אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן, און װי אַ געטרײַער עדות אין הימל. סֶלָה.
39אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט, האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף דײַן געזאַלבטן.40האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם ברית פֿון דײַן קנעכט, האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד זײַן קרױן.41האָסט צעבראָכן אַלע זײַנע צאַמען, האָסט געמאַכט פֿון זײַנע פֿעסטונגען אַ תּעל.42צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער, ער איז געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײַנע שכנים.43האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון זײַנע דריקער, האָסט דערפֿרײט אַלע זײַנע פֿײַנט.44אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון זײַן שװערד און האָסט אים נישט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה.45האָסט פֿאַרשטערט זײַן לױטערקײט, און געשלײַדערט זײַן טראָן צו דער ערד.46האָסט געקירצט די טעג פֿון זײַן יוגנט, האָסט אים מיט בושה באַדעקט. סֶלָה.
47ביז װאַנען, ה׳, װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד? װעט ברענען װי אַ פֿײַער דײַן גרימצאָרן?48געדענק, װאָס איז מײַן געדױער; צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער.49װאָסער מענטש קען לעבן און נישט זען דעם טױט? מאַכן אַנטרינען זײַן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער שְׁאֹול? סֶלָה.
50װוּ זײַנען דײַנע פֿריִערדיקע חסדים, אֲדֹנָי, װאָס דו האָסט געשװאָרן דָוִדן אין דײַן טרײַשאַפֿט?51געדענק, אֲדֹנָי, די לעסטערונג פֿון דײַנע קנעכט, װאָס איך טראָג אין מײַן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;52װאָס דײַנע פֿײַנט, ה׳, לעסטערן, װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון דײַן געזאַלבטן.
53ברוך ה׳ אײביק, אָמן און אָמן!

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276