תְּהִלִּים88

1אַ געזאַנג; אַ מיזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מַחלַת לעַנות; אַ באַטראַכטונג פֿון הֵימָן דעם אֶזרָחי.2ה׳ דו אלֹקים פֿון מײַן הילף, בעת איך שרײַ בײַ נאַכט פֿאַר דיר,3זאָל קומען מײַן תּפֿילה פֿאַר דיר; נײַג דײַן אױער צו מײַן רוף.
4װאָרעם זאַט מיט אומגליקן איז מײַן זעל, און מײַן לעבן האָט צו דער שְׁאֹול דערגרײכט.5איך װער גערעכנט מיט גענידערטע אין גרוב, איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אָן כּוֹח,6אַן אָפּגעזונדערטער צװישן מתים; װי דערשלאָגענע װאָס ליגן אין קבֿר, װאָס דו דערמאָנסט זײ נישט מער, און זײ זײַנען פֿון דײַן האַנט אָפּגעשניטן.7האָסט מיך אַרײַנגעטאָן אין דער אונטערשטער גרוב. אין פֿינצטערנישן, אין טיפֿענישן.8אױף מיר האָט זיך אָנגעלײגט דײַן גרימצאָרן, און אַלע דײַנע אינדן דריקסטו אױף מיר. סֶלָה.
9האָסט דערװײַטערט מײַנע באַקענטע פֿון מיר, האָסט מיך געמאַכט אַן אומװערדיקײט בײַ זײ; איך בין אײַנגעשפּאַרט און קען נישט אַרױסגײן.10מײַן אױג שמאַכט פֿון פּײַן; איך האָב דיך גערופֿן, ה׳, אַלע טאָג, איך האָב אױסגעשפּרײט צו דיר מײַנע הענט.11װעסטו פֿאַר מתים טאָן װוּנדער? צי די טױטע װעלן אױפֿשטײן דיך לױבן? סֶלָה.12װעט דערצײלט װערן אין קבֿר דײַן חֶסֶד? דײַן טרײַשאַפֿט אין אונטערגאַנג?13װעלן באַקאַנט װערן אין דער פֿינצטערניש דײַנע װוּנדער? און דײַן גערעכטיקײט אין לאַנד פֿון פֿאַרגעסונג?
14אָבער איך, צו דיר, ה׳, שרײַ איך, און אין פֿרימאָרגן קומט פֿאַר דיר מײַן תּפֿילה.15פֿאַר װאָס פֿאַרלאָזסטו, ה׳, מײַן זעל? פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים פֿון מיר?16איך בין געדריקט און גײ אײַן פֿון יוגנט אָן, איך טראָג דײַן אימה, איך בין צעדולט.17איבער מיר איז דײַן גרימצאָרן אַריבער, דײַנע שרעקענישן האָבן מיך פֿאַרשניטן.18זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי אַ װאַסער אַ גאַנצן טאָג, זײ האָבן אין אײנעם מיך אַרומגענומען.19האָסט דערװײַטערט פֿון מיר אַ גוטן פֿרײַנט און אַ חבֿר, מײַן באַקענטשאַפֿט איז די פֿינצטערניש.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276