תְּהִלִּים76

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.2באַקאַנט אין יהוּדה איז אלֹקים, גרױס איז זײַן נאָמען אין יִשׂרָאֵל.3און אין שָלֵם איז זײַן בײַדל, און זײַן װױנונג אין צִיוֹן.4דאָרטן האָט ער צעבראָכן די בליציקע פֿײַלן פֿון בױגן, דעם שילד און די שװערד און מלחמה. סֶלָה.
5ליכטיק ביסטו, מאַכטיקער, פֿון די בערג פֿון פֿאַרצוקונג;6די שטאַרק-האַרציקע זענען באַרױבט, זײ האָבן אײַנגעשלאָפֿן אין זײער שלאָף; און אַלע העלדן האָבן נישט געקענט געפֿינען זײערע הענט.7פֿון דײַן אָנגעשרײ, אלוקי יעקבֿ, איז אַנטשלומערט געװאָרן אי רײַטער אי פֿערד.
8דו ביסט פֿאָרכטיק, דו, און װער קען באַשטײן פֿאַר דיר, װי באַלד דו ביסט אין כּעס?9פֿון הימל האָסטו געלאָזט הערן אַ דין, די ערד האָט מורא געקריגן און איז שטיל געװאָרן,10אַז אלֹקים איז אױפֿגעשטאַנען צום משפּט, צו העלפֿן אַלע געדריקטע פֿון דער ערד. סֶלָה.
11פֿאַר װאָר, די גרימצאָרנדיקע װעלן דיך לױבן, דעם איבערבלײַב פֿון גרימצאָרן װעסטו אײַנצאַמען.12טוט אַ נדר און באַצאָלט צו ה׳ אלוקיכם; אַלע אַרום אים זאָלן ברענגען מתָּנות צום געפֿאָרכטן.13ער האַלט אײַן דאָס געמיט פֿון פֿירשטן, ער איז פֿאָרכטיק פֿאַר אַלע מלכים פֿון דער ערד.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276