תְּהִלִּים77

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; פֿון אָסָפֿן אַ מיזמור.2מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און איך שרײַ, מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און פֿאַרנעם צו מיר.3אין טאָג פֿון מײַן נױט זוך איך אֲדֹנָי, מײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט בײַ נאַכט אָן אױפֿהער, מײַן זעל װיל זיך נישט טרײסטן.4אַז איך דערמאָן זיך, אלֹקים, טו איך ברומען, איך קלאָג, און מײַן גײַסט פֿאַרגײט זיך. סֶלָה.
5דו האַלטסט צו די ברעמען פֿון מײַנע אױגן; איך בין צערודערט און קען נישט רעדן.6איך טראַכט אָן די טעג פֿון אַ מאָל, אָן די יאָרן פֿון פֿאַרצײַטן.7איך דערמאָן זיך מײַן געזאַנג בײַ נאַכט, איך רעד מיט מײַן האַרצן, און עס פֿאָרשט מײַן גײַסט:8װעט אױף אײביק אֲדֹנָי פֿאַרלאָזן, און װעט מער נישט באַװיליקן װידער?9איז אױסגעגאַנגען אױף אײביק זײַן חֶסֶד? איז דער צוזאָג געענדיקט אױף דור-דורות?10האָט פֿאַרגעסן צו לײַטזעליקן אֵל? צי האָט ער אין צאָרן פֿאַרשלאָסן זײַן רַחמָנות? סֶלָה.
11דאָך האָב איך געזאָגט: דאָס איז מײַן צרה, אָבער עס קענען זיך ענדערן די יאָרן פֿון דער רעכטער האַנט פֿונעם העכסטן.12איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון ה׳, יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן.13און איך טראַכט אָן אַל דײַן װערק, און אָן דײַנע טוּונגען טו איך קלערן.14אלֹקים, אין הײליקײט איז דײַן װעג; װער איז אַ גרױסער אֵל װי אלֹקים?15דו ביסט הָאֵל װאָס טוט װוּנדער, האָסט געלאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער דײַן שטאַרקײט.16האָסט אױסגעלײזט מיטן אָרעם דײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יעקבֿ און יוֹסף. סֶלָה.
17געזען האָבן דיך די װאַסערן, אלֹקים, געזען האָבן דיך די װאַסערן, האָבן זײ װײען געקריגן, און געציטערט האָבן די תּהומען.18געפֿלײצט װאַסער האָבן די װאָלקנס, אַ קֹול האָבן אַרױסגעלאָזט די הימלען, און דײַנע פֿײַלן זײַנען אומגעלאָפֿן.19דער קֹול פֿון דײַן דונער איז געװען אין דעם װירבל-װינט, בליצן האָבן באַלוכטן די װעלט, געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד.20דורכן ים איז געװען דײַן װעג, און דײַן שטעג דורך װאַסערן גרױסע, און דײַנע טריט זײַנען נישט געמערקט געװאָרן.21האָסט געפֿירט אַזױ װי שאָף דײַן פֿאָלק, דורך דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276