תְּהִלִּים75

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.2מיר לױבן דיך, אלֹקים, מיר לױבן, און נאָנט איז דײַן נאָמען; מע דערצײלט דײַנע װוּנדער.
3אַז איך נעם אַ צײַט, טו איך משפּטן מיט יושר.4מעגן זיך װאַקלען די ערד און אַלע אירע באַװױנער, איך טו באַפֿעסטיקן אירע זײַלן. סֶלָה.5איך זאָג צו די מוטװיליקע: איר זאָלט נישט מוטװיליקן, און צו די רשעים: איר זאָלט נישט אױפֿהײבן דעם האָרן.6איר זאָלט נישט אױפֿהײבן אין דער הײך אײַער האָרן, נישט רעדן מיט אַ פֿאַרשײַטן האַלדז.
7װאָרעם נישט פֿון מזרח אָדער פֿון מערבֿ, און נישט פֿון מדבר, קומט דערהײכונג.8נאָר אלֹקים איז דער ריכטער: דעם דערנידערט ער, און דעם דערהײכט ער.9װאָרעם אַ כָּוס איז אין דער האַנט פֿון ה׳, מיט װײַן װאָס שױמט, מיט מישגעטראַנק פֿול, און ער גיסט אָן דערפֿון; בלױז די הײװן דערפֿון זופּן-טרינקען אַלע רשעים פֿון דער ערד.
10אָבער איך װעל אײביק דערצײלן, איך װעל זינגען צום אלוקי יעקבֿ.11און אַלע הערנער פֿון די רשעים װעל איך אָפּהאַקן; דערהײכט װעלן װערן די הערנער פֿון די צדיקים.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276