תְּהִלִּים70

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג.2אלֹקים, מיך מציל צו זײַן, ה׳, צו מײַן הילף, טו אײַלן.3זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן די װאָס זוכן מײַן לעבן; זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען די װאָס װינטשן מיר בײז.4זאָלן זיך צוריקקערן פֿון װעגן זײער שאַנד די װאָס זאָגן: אַהאַ! אַהאַ!
5זאָלן לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט דיר אַלע װאָס זוכן דיך. און זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ג-ט! די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.6אָבער איך בין אָרים און באַדערפֿטיק, אלֹקים, טו אײַלן צו מיר; דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען; ה׳, זאָלסט זיך נישט זאַמען.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276