תְּהִלִּים71

1אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן, לאָמיך קײן מאָל נישט פֿאַרשעמט װערן.2אין דײַן גערעכטיקײט זאָלסטו מיך מציל זײַן, און מיך מאַכן אַנטרינען; נײַג צו דײַן אױער צו מיר, און העלף מיך.3זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג װוּהין תּמיד צו קומען; באַשער מיר צו העלפֿן, װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג.
4מײַן ג-ט, מאַך מיך אַנטרינען פֿון דער האַנט פֿון רשע, פֿון פֿױסט פֿון דעם פֿאַרברעכער און דריקער.5װאָרעם דו ביסט מײַן האָפֿענונג, ה׳ אֲדֹנָי, מײַן פֿאַרזיכערונג פֿון מײַן יוגנט אָן.6אױף דיר האָב איך זיך אָנגעלענט פֿון מוטערלײַב, פֿון מײַן מוטערס אינגעװײד האָסט דו מיך אַרױסגעצױגן; מײַן לױב איז תּמיד פֿון דיר.
7װי אַ בײזװוּנדער בין איך געװאָרן בײַ פֿיל, אָבער דו ביסט מײַן שטאַרקע באַשיצונג.8מײַן מױל איז אָנגעפֿילט מיט דײַן לױב, אַ גאַנצן טאָג מיט דײַן רימונג.9זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן אין צײַט פֿון זִקנה, אַז מײַנע כּוחות גײען אױס, זאָלסטו מיך נישט פֿאַרלאָזן.10װאָרעם מײַנע פֿײַנט רעדן װעגן מיר, און די לױערער אױף מײַן זעל עֵצהן זיך אין אײנעם,11אַזױ צו זאָגן: אלֹקים האָט אים פֿאַרלאָזן; יאָגט נאָך און כאַפּט אים, װאָרעם נישטאָ װער זאָל מציל זײַן.
12אלֹקים, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן פֿון מיר; מײַן ג-ט, אײַל מיר צו הילף.13זאָלן פֿאַרשעמט װערן, זאָלן אױסגײן די שָׂונאים פֿון מײַן לעבן; זאָלן באַדעקט װערן מיט חרפּה און שאַנד די װאָס זוכן מיר בײז.14אָבער איך װעל תּמיד האָפֿן, און װעל נאָך צולײגן צו אַל דײַן לױב.15מײַן מױל װעט דערצײלן דײַן גערעכטיקײט, אַ גאַנצן טאָג דײַן הילף; װאָרעם איך קען נישט אױסדערצײלן.16איך װעל קומען מיט די גבֿורות פֿון אֲדֹנָי ה׳, איך װעל דערמאָנען דײַן גערעכטיקײט, דײַנע אַלײן.
17אלֹקים, האָסט מיך געלערנט פֿון מײַן יוגנט אָן, און ביז אַהער דערצײל איך דײַנע װוּנדער.18און אױך ביז זִקנה און גראָער עלטער, אלֹקים, זאָלסטו מיך נישט פֿאַרלאָזן, ביז איך װעל דערצײלן דײַן מאַכט צום אַנדערן דור, צו איטלעכן װאָס װעט קומען, דײַן גבֿורה.19יאָ, דײַן גערעכטיקײט, אלֹקים, איז ביזן הימל, דו װאָס האָסט אױפֿגעטאָן גרױס. אלֹקים, װער איז דײַן גלײַכן?20דו װאָס האָסט מיך געלאָזט זען פֿיל צרות און בײזן, װעסט װידער מיך אױפֿלעבן, און פֿון די תּהומען פֿון דער ערד װעסטו װידער מיך אױפֿברענגען.21װעסט מערן מײַן גדוּלה, און װעסט װידער מיך טרײסטן.
22דרומעך װעל איך דיך לױבן אױף אַ גיטאַר – דײַן געטרײַשאַפֿט, מײַן ג-ט; איך װעל שפּילן צו דיר אױף אַ האַרף, דו הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.23מײַנע ליפּן װעלן זינגען, אַז איך װעל שפּילן צו דיר, און מײַן זעל װאָס דו האָסט אױסגעלײזט.24אױך מײַן צונג אַ גאַנצן טאָג װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט, װאָרעם פֿאַרשעמט, װאָרעם צו שאַנד װערן די װאָס זוכן מיר בײז.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276