תְּהִלִּים69
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים; פֿון דָוִדן.2העלף מיך, אלֹקים, װאָרעם דאָס װאַסער איז געקומען ביז דער האַלדז.3איך בין אײַנגעזונקען אין אַ טיפֿן זומפּ, און נישטאָ קײן באַשטאַנד; איך בין געקומען אין טיפֿע װאַסערן, און דער שטראָם האָט מיך פֿאַרפֿלײצט.4איך בין מיד פֿון מײַן רופֿן, מײַן קעל איז פֿאַרטריקנט, די אױגן גײען מיר אױס האַרנדיק אױף מײַן ג-ט.5מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ זײַנען מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים; שטאַרק זײַנען מײַנע פֿאַרטיליקער, מײַנע פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט; װאָס איך האָב נישט געגזלט מוז איך דערום אָפּגעבן.6אלֹקים, דו װײסט מײַן נאַרישקײט, און מײַנע פֿאַרשולדיקונגען זײַנען פֿון דיר נישט פֿאַרהױלן.7זאָלן נישט אין ביוש בלײַבן דורך מיר דײַנע האָפֿער, דו אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת; זאָלן נישט פֿאַרשעמט װערן דורך מיר דײַנע זוכער, אלוקי יִשׂרָאֵל.8װאָרעם פֿון דײַנעט װעגן האָב איך געליטן חרפּה, אַ שאַנד האָט באַדעקט מײַן פּנים.9פֿאַרפֿרעמדט בין איך געװאָרן צו מײַנע ברידער, און װילדפֿרעמד צו די זין פֿון מײַן מוטער.10װאָרעם דער צאָרן פֿאַר דײַן הױז האָט מיך געגעסן, און די לעסטערונגען פֿון דײַנע לעסטערער זײַנען געפֿאַלן אױף מיר.11און האָב איך אױסגעװײנט אין פֿאַסטן מײַן זעל, איז דאָס מיר צו לעסטערונג געװאָרן.12און האָב איך געמאַכט זאַק מײַן קלײד, בין איך בײַ זײ צום שפּריכװאָרט געװאָרן.13עס רעדן פֿון מיר די טױערזיצער, און איך בין דאָס געזאַנג פֿון די װײַנטרינקער.14אָבער איך – מײַן תּפֿילה צו דיר, ה׳, איז: אַ שעה פֿון באַװיליקונג; אלֹקים, אין דײַן גרױס גענאָד ענטפֿער מיר מיט דײַן אמתער ישועה.15זײַ מיך מציל פֿון דעם לײם, אַז איך זאָל נישט אײַנגעזונקען װערן; לאָמיך ניצול װערן פֿון מײַנע פֿײַנט, און פֿון די טיפֿע װאַסערן.16לאָז מיך נישט פֿאַרפֿלײצן דער שטראָם װאַסער, און לאָז מיך נישט אײַנשלינגען די טיפֿעניש, און לאָז נישט צומאַכן די גרוב איר מױל איבער מיר.17ענטפֿער מיר, ה׳, װאָרעם גוט איז דײַן חֶסֶד; לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג קער זיך צו מיר.18און זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון דײַן קנעכט, װאָרעם מיר איז ענג; ענטפֿער מיר גיך.19גענען צו מײַן זעל, לײז זי אױס, קױף מיך אױס פֿון װעגן מײַנע פֿײַנט.20דו װײסט מײַן חרפּה און מײַן בושה און מײַן שאַנד, פֿאַר דיר זײַנען אַלע מײַנע דריקער.21אַ חרפּה צעברעכט מײַן האַרץ, און איך בין חרובֿ; און איך האָב געהאָפֿט אױף באַדױער, און נישטאָ, און אױף טרײסטער, און נישט געפֿונען.22און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן גיפֿט אין מײַן שפּײַז, און פֿאַר מײַן דאָרשט גיבן זײ מיר טרינקען עסיק.23זאָל זײער טיש װאָס פֿאַר זײ, װערן פֿאַר אַ נעץ, און אין מיטן פֿון פֿריד, פֿאַר אַ פּאַסטקע.24זאָלן זײערע אױגן פֿינצטער װערן נישט צו זען, און זײערע לענדן מאַך װאַקלען תּמיד.25גיס אױס אױף זײ דײַן כּעס, און דײַן גרימצאָרן זאָל זײ דערגרײכן.26זאָל זײער ישובֿ זײַן פֿאַרװיסט, אין זײערע געצעלטן זאָל נישט זײַן קײן באַװױנער.27װאָרעם דעם װאָס דו האָסט געשלאָגן רודפֿן זײ, און פֿון דעם װײטאָג פֿון דײַנע פֿאַרװוּנדטע דערצײלן זײ זיך.28לײג צו זינד אױף זײער זינד, און זאָלן זײ נישט צוקומען צו דײַן גערעכטיקײט.29זאָלן זײ אױסגעמעקט װערן פֿון בוך פֿון די לעבעדיקע, און מיט די גערעכטע זאָלן זײ נישט פֿאַרשריבן װערן.30אָבער איך בין אָרים און צעװײטאָקט, זאָל דײַן הילף, אלֹקים, מיך דערהײכן.31איך װעל רימען דעם נאָמען פֿון אלֹקים מיט געזאַנג, און װעל אים גרײסן מיט לױב.32און דאָס װעט זײַן בעסער בײַ ה׳ װי אַן אָקס אָדער יונגער אָקס באַהאָרנט, באַקלױט.33זאָלן זען די געדריקטע, און זיך פֿרײען; איר װאָס זוכט אלֹקים, זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ!34װאָרעם ה׳ הערט צו די באַדערפֿטיקע, און זײַנע געפֿאַנגענע טוט ער נישט פֿאַראַכטן.35לױבן װעלן אים הימל און ערד, די ימען און אַלץ װאָס װידמענט אין זײ.36װאָרעם אלֹקים װעט העלפֿן צִיוֹן, און װעט בױען די שטעט פֿון יהוּדה, און זײ װעלן זיך דאָרטן באַזעצן, און זי יַרשען.37און דער זאָמען פֿון זײַנע קנעכט װעט זי אַרבן, און די ליבהאָבער פֿון זײַן נאָמען װעלן װױנען אין איר.
Artists for Israel International