תְּהִלִּים61

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף סטרונעשפּיל; פֿון דָוִדן.2הער צו, אלֹקים, מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה.3פֿון עק פֿון דער ערד רוף איך צו דיר, װען מײַן האַרץ פֿאַרגײט; אױף דעם פֿעלדז װאָס איז צו הױך פֿאַר מיר, זאָלסטו מיך אַרױפֿפֿירן.4װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ באַשיצונג, אַ טורעם פֿון שטאַרקײט אַקעגן דעם פֿײַנט.
5איך װעל אײביק װױנען אין דײַן געצעלט. איך װעל מיך שיצן אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַנע פֿליגלען. סֶלָה.6װאָרעם דו, אלֹקים, האָסט צוגעהערט צו מײַנע נדרים; האָסט געגעבן די אַרב פֿון די װאָס פֿאָרכטן דײַן נאָמען.
7טעג צו די טעג פֿון דעם מלך זאָלסטו צולײגן, זײַנע יאָרן זאָלן זײַן װי אַ דור אױף אַ דור.8טראָנען זאָל ער אײביק פֿאַר אלֹקים; גענאָד און טרײַשאַפֿט באַשער, זײ זאָלן אים היטן.
9אַזױ װעל איך באַזינגען דײַן נאָמען אױף אײביק, װען איך באַצאָל מײַנע נדרים טאָגטעגלעך.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276