תְּהִלִּים62

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2נאָר צו אלֹקים טוט האַרן מײַן זעל, פֿון אים איז מײַן הילף.3נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן שטאַרק.
4ביז װאַנען װעט איר אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן? איר אַלע טוט הרגען װי אַ װאַנט אַן אײַנגעבױגענע, װי אַ מױער אַן אומגעפֿאַלענע.5רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן; זײ האָבן הנאה פֿון ליגן; מיט זײער מױל בענטשן זײ, און אין זיך שילטן זײ. סֶלָה.
6נאָר צו אלֹקים, טו האַרן, מײַן זעל, װאָרעם פֿון אים איז מײַן האָפֿונג.7נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן.8בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד; דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.9פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים אין יעטװעדער צײַט, איר פֿאָלק, גיסט אױס פֿאַר אים אײַער האַרץ; אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג. סֶלָה.
10בלױז אַ הױך זײַנען די מענטשנקינדער, אַן אָפּנאַר די אָנגעזעענע לײַט; װען מע זאָל אױף אַ װאָגשאָל אַרױפֿלײגן, זײַנען זײ אין אײנעם אַ הױך.11איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף רױב, און נישט נאַרן אױף גזלה זאָלט איר אײַך. אַז דער פֿאַרמעג װאַקסט, זאָלט איר נישט לײגן קײן אַכט.
12אײן מאָל האָט אלֹקים גערעדט, צװײ מאָל האָב איך דאָס געהערט, אַז שטאַרקײט איז בײַ אלֹקים.13און בײַ דיר, אָ אֲדֹנָי, איז גענאָד, װאָרעם דו באַצאָלסט איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276