תְּהִלִּים60

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שושַן-עדות; אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן פֿאַר אַ לערנונג,2װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַרַם-נַהרַיִם און אַרָם פֿון צוֹבֿה, און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט, און האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין טאָל פֿון זאַלץ צװעלף טױזנט.3אלֹקים, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, האָסט אונדז צעבראָכן; האָסט געצערנט אױף אונדז, זאָלסטו אונדז װידער אױפֿריכטן.4האָסט אױפֿגעשטורעמט די ערד, האָסט זי צעשפּאָלטן; הײל אירע בראָכן, װאָרעם זי װאַקלט זיך.5האָסט געמאַכט זען דײַן פֿאָלק שװערע לײַדן, האָסט אונדז אָנגעטרונקען מיט װײַן פֿון פֿאַרטומלעניש.
6גיב דײַנע פֿאָרכטער אַ פֿאָן, זיך אײַנצוזאַמלען פֿאַרן אמת. סֶלָה.7כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.
8אלֹקים האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכֶם, און דעם טאָל סוכּוֹת װעל איך אױסמעסטן.9מײַן איז גִלעָד, און מײַן איז מנַשֶה, און אפֿרים איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער.10מוֹאָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ; אױף אֶדוֹם װאַרף איך מײַן שוך; איבער מיר, פּלֶשֶת, װעסטו שרײַען.
11װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט? װער טוט מיך פֿירן קײן אֶדוֹם?12פֿאַר װאָר, דו אלֹקים האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײַסט נישט אַרױס, אלֹקים, מיט אונדזערע מחנות.13גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרעם נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן.14מיט אלֹקים װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276