תְּהִלִּים48
1אַ געזאַנג; אַ מיזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.2גרױס איז ה׳, און זײער געלױבט אין דער שטאָט פֿון אלוקינו, אױף זײַן הײליקן באַרג.3שײן דערהײכט, די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד, איז דער באַרג צִיוֹן אין די עקן פֿון צפֿון, די שטאָט פֿון דעם גרױסן מלך.4אלֹקים אין אירע ציטאַדעלן איז באַקאַנט פֿאַר אַ פֿעסטונג.5װאָרעם זע, מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, זײ זײַנען אַריבערגעקומען אין אײנעם.6װי זײ האָבן געזען, אַזױ האָבן זײ געגאַפֿט, דערשראָקענע האָבן זײ אַװעקגעאײַלט.7אַ ציטערניש האָט זײ אָנגענומען דאָרטן, אַ װײעניש װי אַ געװינערין.8מיט אַ מזרח-װינט האָסטו צעבראָכן די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש.9װי מיר האָבן געהערט, אַזױ האָבן מיר געזען, אין דער שטאָט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, אין דער שטאָט פֿון אלוקינו; אלֹקים זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביק. סֶלָה.10מיר האָבן געטראַכט, אלֹקים, אָן דײַן חֶסֶד, אין דער מיטן פֿון דײַן הֵיכל.11אַזױ װי דײַן נאָמען, אלֹקים, אַזױ איז דײַן לױב ביז די עקן פֿון דער ערד; פֿול מיט גערעכטיקײט איז דײַן רעכטע האַנט.12זאָל זיך פֿרײען דער באַרג צִיוֹן, זאָלן לוסטיק זײַן די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה, פֿון װעגן דײַנע משפּטים.13גײט אַרום צִיוֹן, און רינגלט זי אַרום, צײלט איבער אירע טורעמס.14טוט אַכט אױף אירע מױער, גײט דורך אירע פּאַלאַצן; כּדי איר זאָלט דערצײלן דעם שפּעטערדיקן דור,15אַז דאָס איז אלֹקים, אלוקינו, אײביק און שטענדיק; ער װעט אונדז פֿירן ביז אײביקײט.
Artists for Israel International