תְּהִלִּים47
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.2קלאַפּט די הענט, אַלע פֿעלקער, שאַלט צו אלֹקים מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג.3װאָרעם ה׳ דער עליון איז פֿאָרכטיק, אַ גרױסער מלך איבער דער גאַנצער ערד.4ער אונטערטעניקט פֿעלקער אונטער אונדז, און אומות אונטער אונדזערע פֿיס.5ער װײלט אונדז אױס אונדזער נחלה, דעם הערליכקײט פֿון יעקבֿ װאָס ער האָט ליב. סֶלָה.6אלֹקים איז אױפֿגעגאַנגען מיט שאַלונג, ה׳ מיט קֹול פֿון שופֿר.7זינגט צו אלֹקים, זינגט, זינגט צו אונדזער מלך, זינגט.8װאָרעם אלֹקים איז דער מלך פֿון דער גאַנצער ערד; זינגט מיט באַטראַכט.9אלֹקים קיניגט איבער די פֿעלקער, אלֹקים זיצט אױף זײַן הײליקן טראָן.10די פֿירשטן פֿון די אומות האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, דאָס פֿאָלק פֿון דעם אלֹקים פֿון אבֿרהם; װאָרעם צו אלֹקים זײַנען די שילדן פֿון דער ערד, ער איז זײער דערהױבן.
Artists for Israel International