תְּהִלִּים49
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ מיזמור.2הערט דאָס צו, אַלע פֿעלקער, פֿאַרנעמט, אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט,3סײַ אַזױ מענטשן, סײַ אָנגעזעענע לײַט, רײַך און אָרים אין אײנעם.4מײַן מױל װעט רעדן חכמה, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן װעט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.5איך װעל נײַגן צו אַ משל מײַן אױער, איך װעל אָנהײבן מיט אַ האַרף מײַן רעטעניש.6פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן אין די טעג פֿון בײז, װען די זינד פֿון מײַנע טרעטער רינגלט מיך אַרום?7די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף זײער פֿאַרמעג, און מיט זײער גרױס עשירות רימען זײ זיך.8נישט אױסקױפֿן אַ ברודער קען אַ מענטש אױסקױפֿן, נישט געבן אלֹקים אַן אױסלײז פֿאַר זיך;9און װי װערדיק עס זאָל זײַן דער אױסקױף פֿאַר זײער זעל, איז אױף אײביק פֿאַרמײַדן,10װאָס ער זאָל שטענדיק אַלץ לעבן, ער זאָל נישט אָנזען די גרוב.11װאָרעם מע זעט אַז חכמים שטאַרבן, אַזױ װי דער נאַר און דער פֿאַרגרעבטער גײען אונטער, און זײ לאָזן איבער צו אַנדערע זײער פֿאַרמעג.12זײ טראַכטן בײַ זיך, זײערע הײַזער זײַנען אױף אײביק, זײערע װױנונגען אױף דור-דורות; זײ רופֿן לענדער אױף זײערע נעמען.13אָבער דער מענטש בלײַבט נישט אין גדוּלה, ער איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.14דאָס איז דער װעג פֿון די װאָס זײַנען בטוח בײַ זיך, און פֿון זײערע נאָכגײער װאָס קװעלן פֿון זײערע רײד. סֶלָה.15מע לײגט זײ װי שאָף אין דער שְׁאֹול, דער טױט טוט זײ פֿיטערן; און אײן פֿרימאָרגן – טרעטן די רעכטפֿאַרטיקע איבער זײ; און זײער געשטאַלט איז פֿאַר דער שְׁאֹול צום פֿאַרפֿױלן, נישטאָ קײן װױנונג פֿאַר איר.16אָבער אלֹקים װעט אױסלײזן מײַן זעל פֿון דער מאַכט פֿון שְׁאֹול, װאָרעם ער װעט מיך אַרױסנעמען. סֶלָה.17זאָלסט נישט מורא האָבן אַז עמעצער װערט אַן עושר, אַז די רײַכקײט פֿון זײַן הױז װערט געמערט,18װאָרעם בײַ זײַן טױט װעט ער גאָרנישט מיטנעמען, זײַן רײַכקײט װעט נישט נידערן נאָך אים.19הגם בײַ זײַן לעבן פֿלעגט ער אײַנרעדן זײַן זעל: מע װעט דיך נאָך לױבן אַז דו װעסט זיך װױלטאָן.20זי װעט אָנקומען צו דעם דור פֿון זײַנע עלטערן, װאָס װעלן אױף אײביק נישט אָנזען דעם שײַן.21אַ מענטש אין גדוּלה װאָס פֿאַרשטײט נישט, איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.
Artists for Israel International