תְּהִלִּים46
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.2אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט, אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען.3דערום װעלן מיר נישט מורא האָבן, װען די ערד זאָל זיך בײַטן, און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן אין האַרצן פֿון ים.4מעגן ברומען, מעגן שױמען זײַנע װאַסערן, מעגן ציטערן די בערג פֿאַר זײַן הױכקײט. סֶלָה.5אַ טײַך איז דאָ, װאָס זײַנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון אלֹקים, די הײליקסטע װױנונג פֿון עליון.6אלֹקים איז אין איר מיטן, זי װעט נישט אומפֿאַלן, אלֹקים װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן.7פֿעלקער האָבן געטומלט, קיניגרײַכן זײַנען אומגעפֿאַלן; ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול, טוט זיך װאַקלען די ערד.8מיט אונדז איז ה׳ צבָֿאוֹת, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ. סֶלָה.9גײט זעט די אױפֿטוען פֿון ה׳, װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד.10ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד, דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז; רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער.11לאָזט אָפּ, און זײַט װיסן אַז איך בין אלֹקים, איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער, דערהױבן אױף דער ערד.12ה׳ צבָֿאוֹת איז מיט אונדז, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ. סֶלָה.
Artists for Israel International