תְּהִלִּים45

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שוֹשַנים, פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ באַטראַכטונג, אַ געזאַנג פֿון ליבשאַפֿט.2עס ייִרט מײַן האַרץ מיטן שײנעם װאָרט, איך װעל פֿירזאָגן מײַנע לידער צום מלך; מײַן צונג איז די פּען פֿון אַ שרײַבער אַ פֿלינקן.
3ביסט שענער פֿון אַלע מענטשנקינדער, חן איז אױסגעגאָסן אױף דײַנע ליפּן, װײַל אלֹקים האָט דיך געבענטשט אױף אײביק.4גורט אָן דײַן שװערד אױפֿן לענד, דו גיבור, דײַן גלאַנץ און דײַן פּראַכט.5און אין דײַן פּראַכט באַגליק, רײַט אַרױס, פֿון װעגן אמת און מילדקײט און גערעכטיקײט, און זאָל דיר דײַן רעכטע האַנט פֿאָרכטיקס באַװײַזן.6דײַנע פֿײַלן געשאַרפֿטע – פֿעלקער זאָלן פֿאַלן אונטער דיר – אין האַרצן פֿון מלכס פֿײַנט!
7דײַן טראָן, אָ אלֹקים, איז אױף אײביק און שטענדיק, אַ צעפּטער פֿון יושר איז דער צעפּטער פֿון דײַן מלוכה.8האָסט ליב געהאַט גערעכטיקײט, און פֿײַנט געהאַט אומרעכט, דערום האָט דיך אלֹקים, דײַן ג-ט, געזאַלבט מיט אײל פֿון פֿרײד, איבער דײַנע חבֿרים.9מירע און אַלאָען, קאַנײלן זײַנען אַלע דײַנע קלײדער, פֿון העלפֿאַנדבײן-פּאַלאַצן דערפֿרײען דיך סטרונעס.10טעכטער פֿון מלכים זײַנען צװישן דײַנע געליבטע, דיר צו רעכטס שטײט די מלכּה אין גינגאָלד פֿון אוֹפֿיר.
11הער, טאָכטער, און זע, און נײַג צו דײַן אױער, און פֿאַרגעס דײַן פֿאָלק, און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער,12און דער מלך װעט גלוסטן דײַן שײנקײט; װאָרעם ער איז דײַן האַר, דערום בוק זיך צו אים.13און, טאָכטער פֿון צוֹר, די רײַכסטע פֿון פֿאָלק װעלן בעטן דײַן לײַטזעליקײט מיט מִנְחָה.
14לױטער פּראַכט איז די בת-מלכּה אינעװײניק אין פּאַלאַץ, פֿון געקעסטלטן גאָלדװעב איר מלבוש.15אױף געשטיקטע געװאַנטן װערט זי צום מלך געפֿירט; הינטער איר יונגפֿרױען, חבֿרטעס אירע, װערן דיר געבראַכט.16זײ װערן געפֿירט מיט פֿרײדן און לוסטיקײט, זײ קומען אין פּאַלאַץ פֿון מלך.
17אַנשטאָט דײַנע פֿאָטערס װעלן זײַן דײַנע זין; װעסט זײ אױפֿזעצן פֿאַר האַרן אין גאַנצן לאַנד.18איך װעל מאַכן דערמאָנען דײַן נאָמען אױף אַלע דור-דורות, דערום װעלן פֿעלקער דיך לױבן אױף אײביק און שטענדיק.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276