תְּהִלִּים37
1פֿון דָוִדן.1זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער, זאָלסט נישט מקנא זײַן די װאָס טוען אומרעכט.2װאָרעם גיך װי גראָז װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן, און װי גרינע קרײַטעכץ װעלן זײ פֿאַרװעלקט װערן.3פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳, און טו גוטס, זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,4און קװיק זיך מיט ה׳, און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.5פֿאַרלאָז אױף ה׳ דײַן װעג, און פֿאַרזיכער זיך אױף אים, און ער װעט טאָן.6און ער װעט אַרױסברענגען װי דאָס ליכט דײַן גערעכטיקײט, און דײַן משפּט װי דער מיטן טאָג.7האַר צו ה׳, און האָף צו אים, זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג, װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.8לאָז אָפּ פֿון כּעס, און פֿאַרלאָז גרימצאָרן; זאָלסט זיך נישט ערגערן; דאָס פֿירט בלױז צום בײזן.9װאָרעם די שלעכטסטוער װעלן פֿאַרשניטן װערן, און די װאָס האָפֿן צו ה׳, זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד.10און נאָך אַ קלײן װײַלע, און דער רשע װעט נישט זײַן, און װעסט זיך אומקוקן אױף זײַן אָרט, און ער איז נישטאָ.11אָבער די געדריקטע װעלן אַרבן דאָס לאַנד, און װעלן זיך קװיקן מיט גרױס פֿריד.12דער רשע טראַכט בײז קעגן צדיק, און ער קריצט אױף אים זײַנע צײן.13אֲדֹנָי לאַכט פֿון אים, װאָרעם ער זעט אַז זײַן טאָג װעט קומען.14די רשעים ציִען אַרױס די שװערד, און שפּאַנען זײער בױגן, צו מאַכן פֿאַלן דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון, צו שעכטן די װאָס זײער װעג איז גלײַך.15װעט זײער שװערד אַרײַן אין זײער האַרצן, און זײערע בױגנס װעלן צעבראָכן װערן.16בעסער דאָס ביסל בײַם צדיק, אײדער די שפֿע פֿון פֿיל רשעים.17װאָרעם די אָרעמס פֿון די רשעים װעלן צעבראָכן װערן, אָבער די צדיקים לענט אונטער ה׳.18ה׳ מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע, און זײער אַרב װעט זײַן אױף אײביק.19זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן אין צײַט פֿון בײז, און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט זײַן.20װאָרעם די רשעים װעלן אונטערגײן, און די פֿײַנט פֿון ה׳ אַזױ װי קעסטלעכע פֿעטע שאָף; זײ פֿאַרגײען, אין רױך פֿאַרגײען זײ.21דער רשע לײַט און באַצאָלט נישט, און דער צדיק לײַטזעליקט און גיט.22װאָרעם זײַנע געבענטשטע אַרבן דאָס לאַנד, און זײַנע פֿאַרשאָלטענע װערן פֿאַרשניטן.23פֿון ה׳ װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן, און ער באַװיליקט זײַן װעג.24אַז ער פֿאַלט, בלײַבט ער נישט ליגן, װאָרעם ה׳ לענט אונטער זײַן האַנט.25איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן, און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן, און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.26אַ גאַנצן טאָג איז ער לײַטזעליק און אַנטלײַט, און זײַן זאָמען איז אַ בענטשונג.27קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס, און בלײַב רוען אױף אײביק.28װאָרעם ה׳ האָט ליב גערעכטיקײט, און פֿאַרלאָזט נישט זײַנע פֿרומע; אײביק װערן זײ אָפּגעהיט, אָבער דער זאָמען פֿון די רשעים װערט פֿאַרשניטן.29די צדיקים װעלן אַרבן דאָס לאַנד, און װעלן װױנען דערױף שטענדיק.30דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה, און זײַן צונג רעדט גערעכטיקײט.31די תּורה פֿון זײַן ג-ט איז אין זײַן האַרצן, זײַנע טריט גליטשן זיך נישט אױס.32דער רשע קוקט אױס אױפֿן צדיק, און זוכט אים צו טײטן.33ה׳ װעט אים נישט איבערלאָזן אין זײַן האַנט, און נישט לאָזן אים שולדיק מאַכן, אַז ער װערט געמשפּט.34האָף צו ה׳, און היט זײַן װעג, און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד; װעסט צוזען װי די רשעים װערן פֿאַרשניטן.35איך האָב געזען דעם רשע מאַכטיק, און צעשפּרײט װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אַלטגעזעסענער בױם;36אָבער מע איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, ערשט ער איז נישטאָ, און איך האָב אים געזוכט, און ער איז נישט געװען צו געפֿינען.37באַטראַכט דעם אומשולדיקן, און זע דעם רעכטפֿאַרטיקן, אַז דער סוף פֿון איטלעכן איז אַ גליקלעכער.38און די פֿאַרברעכער װערן פֿאַרטיליקט אין אײנעם, דער סוף פֿון די רשעים װערט פֿאַרשניטן.39אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון ה׳, זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.40און ה׳ שטײט זײ בײַ, און מאַכט זײ אַנטרינען, ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די רשעים, און העלפֿט זײ, װײַל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.
Artists for Israel International