תְּהִלִּים38
1אַ מיזמור פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג.2נישט אין דײַן כּעס, ה׳, זאָלסטו מיך מוסרן, און אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.3װאָרעם דײַנע פֿײַלן האָבן גענידערט אין מיר, און אױף מיר האָט גענידערט דײַן האַנט.4נישטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב פֿון װעגן דײַן צאָרן, נישטאָ קײן פֿריד אין מײַנע בײנער פֿון װעגן מײַן חטא.5װאָרעם מײַנע זינד גײען איבער מײַן קאָפּ, װי אַ שװערע משׂא זײַנען זײ צו שװער פֿאַר מיר.6עס פֿױלן, עס אײַטערן מײַנע װוּנדן פֿון װעגן מײַן נאַרישקײט;7איך בין צעקרימט, איך בין געבױגן ביז גאָר, אַ גאַנצן טאָג גײ איך אום פֿינצטער.8װאָרעם מײַנע לענדן זײַנען פֿול מיט בראַנד, און נישטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב.9איך בין באַנומען און דערשלאָגן ביז גאָר, איך שרײַ פֿון דער ברומונג פֿון מײַן האַרצן.10אֲדֹנָי, אַל מײַן קרעכצן איז פֿאַר דיר, און מײַן זיפֿצן איז פֿון דיר נישט פֿאַרבאָרגן.11מײַן האַרץ שװינדלט, מײַן כּוֹח האָט מיך פֿאַרלאָזט; און דאָס ליכט פֿון מײַנע אױגן, דאָס אױך איז בײַ מיר מער נישטאָ.12מײַנע גוטע פֿרײַנט און מײַנע חבֿרים שטײען אַװעק פֿון מײַן פּלאָג, און מײַנע נאָנטע שטײען פֿון דער װײַטן.13און נעצן לײגן די װאָס זוכן מײַן לעבן, און די װאָס זײַנען מיר אױסן בײז רעדן אומגליקן, און באַטרוגן טראַכטן זײ אַ גאַנצן טאָג.14און איך בין װי אַ טױבער, איך הער נישט, און װי אַ שטומער װאָס עפֿנט נישט זײַן מױל.15יאָ, איך בין װי אַ מענטש װאָס הערט נישט, און אין זײַן מױל זײַנען קײן טענות נישטאָ.16װאָרעם צו דיר, ה׳, טו איך האָפֿן; דו װעסט ענטפֿערן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט.17װאָרעם איך זאָג: זאָלן זײ נישט דערפֿרײט װערן איבער מיר; אַז מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס, גרײסן זײ זיך איבער מיר.18װאָרעם איך בין אָנגעברײט צום פֿאַלן, און מײַן װײטאָג איז אַנטקעגן מיר תּמיד.19װאָרעם איך גיב צו מײַן זינד, איך בין באַקומערט װעגן מײַן חטא.20און מײַנע פֿײַנט אום לעבן זײַנען שטאַרק, און פֿיל מײַנע שָׂונאים פֿאַר גאָרנישט.21און די װאָס באַצאָלן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, פֿײַנטן מיך פֿאַר מײַן נאָכיאָגן גוטס.22נישט פֿאַרלאָזן זאָלסטו מיך, ה׳, נישט דערװײַטערן זאָלסטו זיך פֿון מיר, מײַן ג-ט.23אײַל מיר צו הילף, אֲדֹנָי מײַן ישועה.
Artists for Israel International