תְּהִלִּים36
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון ה׳, פֿון דָוִדן.2די זינד רעדט צום רשע – קלער איך אין האַרצן; נישטאָ ג-טס מורא פֿאַר זײַנע אױגן.3װאָרעם צו פֿיל חַנפֿעט זי אים אין זײַנע אױגן, אַז ער זאָל קענען פֿײַנט האָבן זײַן פֿאַרברעך.4די װערטער פֿון זײַן מױל זײַנען אומרעכט און באַטרוג, ער האָט אױפֿגעהערט פֿאַרשטײן צו טאָן גוטס.5אומרעכט טראַכט ער אױף זײַן געלעגער, ער שטײט אױפֿן נישט גוטן װעג, דאָס בײז װערט אים נישט נמאס.6ה׳, ביז אין די הימלען איז דײַן חֶסֶד, דײַן טרײַשאַפֿט ביז די װאָלקן.7דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג, דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהום; מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, ה׳.8װי טײַער איז דײַן חֶסֶד, אלֹקים, און די מענטשנקינדער שיצן זיך אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען.9זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז, און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן.10װאָרעם בײַ דיר איז דער קװאַל פֿון לעבן, אין דײַן ליכט זעען מיר ליכטיקײט.11צי אױס דײַן חֶסֶד צו די װאָס קענען דיך, און דײַן גערעכטיקײט צו די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.12זאָל נישט צוקומען צו מיר דער פֿוס פֿון גאװה, און די האַנט פֿון רשעים זאָל מיך נישט פֿאַרװאָגלען.13אָן זײַנען געפֿאַלן די טוער פֿון אומרעכט, זײ זײַנען אַנידערגעשטױסן, און קענען נישט אױפֿשטײן.
Artists for Israel International