תְּהִלִּים107

1גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,2זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון ה׳, װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,3און פֿון די לענדער זײ אײַנגעזאַמלט, פֿון מזרח און פֿון מערבֿ, פֿון צפֿון און פֿון ים.
4זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג, קײן שטאָט פֿון יִשובֿ נישט געפֿונען.5הונגעריקע און דאָרשטיקע, איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ.6האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם.7און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גלײַכן װעג, צו קומען צו אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.8זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.9װאָרעם ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל, און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.
10די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן, געקײט אין פּײַן און אײַזן –11װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון אֵל, און די עצה פֿון דעם עליון געלעסטערט;12און ער האָט אונטערטעניקט מיט לײַד זײער האַרץ; זײ זײַנען געשטרױכלט געװאָרן, און נישט געװען קײן העלפֿער –13האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.14ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן, און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן.15זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.16װאָרעם ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן, און די אײַזערנע ריגלען צעהאַקט.
17נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעג און פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;18זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּײַז, און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט.19האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.20ער האָט געשיקט זײַן װאָרט און זײ געהײלט, און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים.
21זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.22און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער, און דערצײלן זײַנע מעשׂים מיט געזאַנג.
23די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים, די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן,24זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון ה׳, און זײַנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש.25װאָרעם ער האָט געהײסן און געמאַכט אױפֿשטײן אַ שטורעמװינט, װאָס האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אינדן.26זײ זײַנען אַרױף ביזן הימל, גענידערט ביז די תּהומען, זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט.27זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער, און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן.28האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם.29ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט, און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן.30און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ זײַנען אײַנגעשטילט, און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער.31זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.32און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן.
33ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר, און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;34אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר.35ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ טײַך װאַסער, און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.36און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע, און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.37און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער, װאָס ברענגען פֿרוכט צום אײַנקום.38און ער בענטשט זײ, און זײ מערן זיך זײער, און ער לאָזט נישט זײערע בהמות זײַן װינציק.
39און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן, פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער.40ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג.41און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט, און מאַכט װי שאָף זײַנע משפּחות.42די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך, און איטלעך אומרעכט מאַכט צו צומאַכן זײַן מױל.
43װער עס איז קלוג, זאָל מערקן דאָס דאָזיקע, און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון ה׳.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276