תְּהִלִּים106
1הַלְלוּ יָהּ. גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.2װער קען אױסרעדן די גבֿורות פֿון ה׳? מאַכן הערן זײַן גאַנצן לױב?3װױל צו די װאָס היטן גערעכטיקײט, צו דעם װאָס טוט רעכט אין יעטװעדער צײַט.4געדענק מיך, ה׳, װען דו באַװיליקסט דײַן פֿאָלק, דערמאָן מיך אין דײַן הילף;5כּדי איך זאָל זען דאָס גוטס פֿון דײַנע אױסדערװײלטע, זיך פֿרײען אין דער פֿרײד פֿון דײַן פֿאָלק, זיך רימען אין אײנעם מיט דײַן אַרב.6מיר האָבן געזינדיקט אַזױ װי אונדזערע עלטערן, מיר האָבן פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן.7אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם האָבן נישט באַטראַכט דײַנע װוּנדער, זײ האָבן נישט געדאַכט אָן דײַנע פֿיל חסדים, און האָבן װידערשפּעניקט בײַם ים, בײַם ים-סוףֿ.8אָבער ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײַן נאָמען װעגן, כּדי צו לאָזן װיסן זײַן גבֿורה.9און ער האָט אָנגעשריִען אױפֿן ים-סוףֿ, און ער איז געװאָרן טרוקן, און ער האָט זײ געפֿירט דורך די תּהומען װי דורך אַ סטעפּ.10און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון דעם שׂונאס האַנט, און זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט.11און די װאַסערן האָבן צוגעדעקט זײערע דריקער, נישט אַן אײנציקער פֿון זײ איז געבליבן.12און זײ האָבן געגלױבט אין זײַנע װערטער, זײ האָבן געזונגען זײַן לױב.13גיך האָבן זײ פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען; זײ האָבן נישט געהאַרט אױף זײַן עצה.14און זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג אין דער מדבר, און געפּרוּװט אֵל אין דער װיסטע.15און ער האָט זײ געגעבן זײער פֿאַרלאַנג, אָבער ער האָט געשיקט אַ מאָגערקײט אין זײער נשמות.16און זײ האָבן זיך מקנא געװען אָן משהן אין לאַגער, און אָן אַהרֹן דעם הײליקן פֿון ה׳.17האָט די ערד זיך געעפֿנט, און אײַנגעשלונגען דָתָנען, און צוגעדעקט דאָס געזעמל פֿון אַבֿירָמען.18און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין זײער געזעמל, אַ פֿלאַם האָט פֿאַרברענט די רשעים.19זײ האָבן געמאַכט אַ קאַלב אין חוֹרֵבֿ, און זיך געבוקט צו אַ געגאָסענעם געץ.20און זײ האָבן פֿאַרביטן זײער כּבֿוד אױף דער געשטאַלט פֿון אַן אָקס װאָס עסט גראָז.21זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן אֵל זײער העלפֿער, װאָס האָט געטאָן גרױסע זאַכן אין מִצרַיִם,22װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם, פֿאָרכטיקע זאַכן בײַם ים-סוףֿ.23און ער האָט געװאָלט זײ פֿאַרטיליקן, װען נישט משה זײַן אױסדערװײלטער װאָלט זיך געשטעלט פֿאַר אים אין דעם בראָך, אָפּצוהאַלטן זײַן גרימצאָרן פֿון אומברענגען.24און זײ האָבן פֿאַראַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד, נישט געגלױבט אין זײַן װאָרט.25און זײ האָבן געמורמלט אין זײערע געצעלטן, נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳.26און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט װעגן זײ, זײ צו מאַכן פֿאַלן אין דער מדבר,27און צעװאַרפֿן זײער זאָמען צװישן די פֿעלקער, און זײ צעשפּרײטן אין די לענדער.28און זײ האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעוֹר, און געגעסן שלאַכטאָפּפֿער צו טױטע.29און זײ האָבן דערכּעסט מיט זײערע מעשׂים, און אַ מגפֿה האָט אױסגעבראָכן צװישן זײ.30און פּינְחס איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַ משפּט געטאָן, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן.31און עס איז אים גערעכנט געװאָרן צו גערעכטיקײט, אױף דור-דורות ביז אײביק.32און זײ האָבן דערצערנט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה, און משהן איז געשען בײז פֿון װעגן זײ;33װאָרעם זײ האָבן פֿאַרביטערט זײַן רוּחַ, און ער האָט זיך אַרױסגערעדט מיט זײַנע ליפּן.34זײ האָבן נישט פֿאַרטיליקט די פֿעלקער, אַזױ װי ה׳ האָט זײ אָנגעזאָגט.35און זײ האָבן זיך געמישט מיט די פֿעלקער, און זיך אָפּגעלערנט זײערע מעשׂים.36און זײ האָבן געדינט זײערע געצנבילדער, װאָס זײַנען געװאָרן אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ.37און זײ האָבן געשלאַכט זײערע זין און זײערע טעכטער צו די שֵדים,38און האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט, דאָס בלוט פֿון זײערע זין און זײערע טעכטער, װאָס זײ האָבן געשלאַכט צו די געצנבילדער פֿון כּנַעַן; און דאָס לאַנד איז זינדיק געװאָרן דורך בלוט.39און זײ זײַנען געװאָרן אומרײן דורך זײערע מעשׂים, און פֿאַרפֿירט געװאָרן אין זײערע טוּונגען.40און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײַן פֿאָלק, און ער האָט פֿאַראומװערדיקט זײַן אַרב.41און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער, און זײערע שָׂונאים האָבן געװעלטיקט איבער זײ.42און זײערע פֿײַנט האָבן זײ געדריקט, און זײ זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אונטער זײער האַנט.43פֿיל מאָל פֿלעגט ער זײ מציל זײַן, אָבער זײ פֿלעגן װידערשפּעניקן אין זײער באַראָט, און זײַנען אַראָפּגעקומען דורך זײער זינד.44און ער האָט צוגעזען זײער נױט, אַז ער האָט געהערט זײער געשרײ.45און ער האָט זײ געדענקט זײַן ברית, און זיך באַדאַכט לױט זײַן גרױס גענאָד.46און ער האָט זײ געגעבן דערבאַרעמונג בײַ אַלע זײערע פֿאַנגער.47העלף אונדז, ה׳ אלוקינו, און זאַמל אונדז אײַן פֿון די פֿעלקער, צו דאַנקען דײַן הײליקן נאָמען, זיך צו רימען מיט דײַן לױב.48ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט, און זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָגן: אָמן! הַלְלוּ יָהּ.
Artists for Israel International