תְּהִלִּים108

1אַ געזאַנג, אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2פֿעסט איז מײַן האַרץ, אלֹקים, איך װעל זינגען און שפּילן, יאָ, מיט מײַן זעל.3דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.4איך װעל דיך לױבן, ה׳, צװישן די פֿעלקער, און דיך באַזינגען צװישן די אומות.5װאָרעם גרױס איבער די הימלען איז דײַן חֶסֶד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט.
6דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים, און איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.7כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.
8אלֹקים האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכֶם, און דעם טאָל סוכּוֹת װעל איך אױסמעסטן.9מײַן איז גִלעָד, מײַן איז מנַשֶה, און אפֿרים איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער.10מוֹאָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ, אױף אֶדוֹם װאַרף איך מײַן שוך, איבער פּלֶשֶת טו איך שאַלן.
11װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט, װער פֿירט מיך קײן אֶדוֹם?12פֿאַר װאָר, אלֹקים, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײסט נישט אַרױס, אלֹקים, מיט אונדזערע מחנות.13גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרעם נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן.14מיט אלֹקים װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276