מִשְׁלֵי17
1בעסער אַ טרוקענער ביסן און שלװה דערבײַ, אײדער אַ הױז פֿול מיט זבֿחים און קריג דערמיט.2אַ קלוגער קנעכט געװעלטיקט איבער אַ זון אַ טױגעניכטס, און צװישן די ברידער קריגט ער אַ חלק ירושה.3אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד, אָבער די הערצער פּרוּװט ה׳.4דער שלעכטסטוער הערט זיך אײַן צו דער ליפּ פֿון אומרעכט, דער ליגנער האָרכט צו דער צונג פֿון פֿאַרברעך.5דער װאָס שפּאָט פֿון אַן אָרעמאַן, לעסטערט זײַן באַשעפֿער; דעם װאָס פֿרײט זיך אױף אַ בראָך, װעט נישט געשאָנקען װערן.6די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער, און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.7דעם מנוּװל פּאַסט נישט די שפּראַך פֿון ברײטקײט, נאָך װינציקער דעם נַדיבֿן די שפּראַך פֿון ליגן.8אַ חן-דימענט איז שוחד אין די אױגן פֿון זײַן בַעַלן; װוּהין נאָר מע קערט זיך דערמיט באַגליקט מען.9דער װאָס זוכט ליבשאַפֿט, פֿאַרדעקט אױף זינד, און דער װאָס חזרט איבער גערײד, צעשײדט גוטע פֿרײַנט.10אַ בײזער װירקט מער אױפֿן פֿאַרשטאַנדיקן, װי הונדערט קלעפּ אױפֿן נאַרן.11רַק דער װידערשפּעניקער זוכט בײז, אָבער אַן אומדערבאַרעמדיקער שליח װעט אָנגעשיקט װערן אױף אים.12בעסער אַ מענטשן זאָל אָנטרעפֿן אַ בערינטע באַרױבט פֿון אירע יונגע, אַבי נישט אַ נאַר מיט זײַן טיפּשות.13דער װאָס קערט אום אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, װעט זיך נישט אָפּטאָן בײז פֿון זײַן הױז.14װי מע לאָזט לױז װאַסער איז דער אָנהײב פֿון מחלוקות, דערום, אײדער דער קריג ברעכט אױס, לאָז אָפּ.15דער װאָס מאַכט גערעכט דעם שולדיקן, און דער װאָס מאַכט שולדיק דעם גערעכטן, זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.16װאָס טױג געלט אין דעם נאַרנס האַנט אױף צו קױפֿן חכמה, אַז קײן שׂכל איז נישטאָ?17אין אַלע צײַטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿרײַנט, אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן.18אַ מענטש אָן שׂכל איז דער װאָס גיט אַ האַנט, װאָס איז עָרבֿ אַן עָרבֿות פֿאַר זײַן חבֿר.19דער װאָס האָט ליב קריג, האָט ליב פֿאַרברעך, דער װאָס מאַכט הױך זײַן טיר, זוכט אַ בראָך.20דער װאָס האָט אַ קרום האַרץ, װעט נישט געפֿינען קײן גוטס, און דער װאָס דרײט מיט דער צונג, װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.21דער װאָס געבערט אַ נאַרן, איז דאָס צו זײַן קומער, און דער פֿאָטער פֿון דעם נידערטרעכטיקן האָט נישט קײן נַחַת.22אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה, און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן.23דער רשע נעמט אָן שוחד אױסן בוזעם, צו פֿאַרדרײען די װעגן פֿון גערעכטיקײט.24פֿאַרן פּנים פֿון פֿאַרשטאַנדיקן איז די חכמה, און די אױגן פֿון דעם נאַרן זײַנען אין עק װעלט.25אַן ערגערניש פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר, און אַ ביטערניש פֿאַר זײַן געװינערין.26קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שטראָפֿן אױך דעם צדיק, פֿון שלאָגן אַדללײַט פֿאַר רעכטפֿאַרטיקײט.27דער װאָס װײס קענשאַפֿט, קאַרגט זײַנע װערטער, אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט איז שפּאָרעװדיק אין געמיט.28אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװײַגט װערט גערעכנט אַ חכם; דער װאָס מאַכט צו זײַנע ליפּן, אַ פֿאַרשטאַנדיקער.
Artists for Israel International