מִשְׁלֵי18
1דער װאָס שײדט זיך אָפּ, איז אױסן זײַן װילן; בײַ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװײַזן.2דער נאַר װיל נישט פֿאַרשטאַנדיקײט, נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.3אַז דער רשע קומט, קומט אױך פֿאַראַכטונג, און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.4טיפֿע װאַסערן זײַנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל, אַ קװעליקער טײַך איז דער ברונעם פֿון חכמה.5קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם רשע, כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן בײַם משפּט.6די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג, און זײַן מױל רופֿט צו געשלעג.7דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים, און זײַנע ליפּן זײַנען אַ נעץ פֿאַר זײַן זעל.8די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס, און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.9אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט, איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.10אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון ה׳, צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.11דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט, און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.12פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.13דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט, איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.14אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן זײַן קראַנקשאַפֿט, אָבער אַ דערשלאָגן געמיט, װער קען עס אַריבערטראָגן?15דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן קױפֿט זיך אײַן קענשאַפֿט, און דאָס אױער פֿון די קלוגע זוכט קענשאַפֿט.16אַ מענטשנס מתּנה מאַכט פֿאַר אים אַ װאַרע, און זי ברענגט אים פֿאַר גרױסע לײַט.17גערעכט איז דער ערשטער אין זײַן טענה, אָבער זײַן חבֿר קומט און פֿאָרשט אים אױס.18דער גורל מאַכט אױפֿהערן קריג, און צװישן די שטרײַטער צעשײדט ער.19אַ געקריװדעטן ברודער איז שװערער צו געװינען װי אַ באַפֿעסטיקטע שטאָט, און קריג זײַנען װי ריגלען פֿון אַ פּאַלאַץ.20פֿון דער פֿרוכט פֿון אַ מענטשנס מױל װעט זיך זעטן זײַן לײַב, פֿון אײַנקום פֿון זײַנע ליפּן װעט ער זיך זעטן.21טױט און לעבן זײַנען אין דער מאַכט פֿון דער צונג, און אירע גוטע פֿרײַנט װעלן עסן איר פֿרוכט.22דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס, און קריגט באַװיליקונג פֿון ה׳.23תּחנוּנים רעדט דער אָרעמאַן, אָבער דער עושר ענטפֿערט עזות.24פֿאַראַן חבֿרים אױף זיך צו פֿאַראומגליקן און פֿאַראַן אַ גוטער פֿרײַנט מער צוגעטאָן פֿון אַ ברודער.
Artists for Israel International