מִשְׁלֵי16
1דעם מענטשנס זײַנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן, אָבער פֿון ה׳ איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג.2אַלע װעגן פֿון אַ מענטשן זײַנען רײן אין זײַנע אױגן, אָבער ה׳ פֿאָרשט די גײַסטער.3לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳, און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.4אַלץ האָט ה׳ געמאַכט פֿאַר זײַן צװעק, און אױך דעם רשע פֿאַרן טאָג פֿון בײז.5אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז איטלעכער װאָס האָט אַ האָפֿערדיק האַרץ; נאַ דיר מײַן האַנט! אים װעט נישט געשאָנקען װערן.6דורך גענאָד און אמת װערט זינד פֿאַרגעבן, און דורך מורא פֿאַר ה׳ קערט מען זיך אָפּ פֿון שלעכטס.7אַז ה׳ באַװיליקט די װעגן פֿון אַ מענטשן, מאַכט ער אַפֿילו זײַנע פֿײַנט שלום מיט אים.8בעסער װינציק דורך גערעכטיקײט, אײדער פֿיל הכנָסות דורך אומרעכט.9דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג, אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.10אַ כּישוף איז אױפֿן מלכס ליפּן, זײַן מױל פֿעלשט נישט בײַם משפּט.11ריכטיקע װאָג און װאָגשאָלן זײַנען פֿון ה׳, זײַן װערק זײַנען אַלע װאָגשטײנער פֿון בײַטל.12אַן אומװערדיקײט בײַ מלכים איז טאָן שלעכטס, װאָרעם דורך גערעכטיקײט באַשטײט דער טראָן.13דער רָצון פֿון מלכים איז אױף ריכטיקע ליפּן, און דעם װאָס רעדט די ריכטיקײט האָבן זײ ליב.14דער גרימצאָרן פֿון מלך איז אַ מלאך-המות, אָבער אַ קלוגער מאַן שטילט אים אײַן.15אין שײַן פֿון מלכס פּנים איז לעבן, און זײַן גוטװיליקײט איז װי אַ װאָלקן פֿון שפּעטרעגן.16װי בעסער זיך אײַנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד! און זיך אײַנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.17דער שטעג פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זיך אָפּצוקערן פֿון שלעכטס, דער װאָס היט זײַן זעל, פּאַסט אױף זײַן װעג.18פֿאַר אַ בראָך קומט שטאָלץ, און פֿאַר אַן אַנידערפֿאַל, אַ האָפֿערדיק געמיט.19בעסער אַ נידעריק געמיט צװישן די באַשײדענע, אײדער טײלן רױב מיט די שטאָלצע.20דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט, װעט געפֿינען גוטס, און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אַז װױל איז צו אים!21מיטן קלוגהאַרציקן טרעפֿט זיך דער פֿאַרשטאַנדיקער, און זיסקײט פֿון די ליפּן מערט לערנונג.22שׂכל איז אַ קװאַל פֿון לעבן פֿאַר דעם װאָס האָט עס, און נאַרישקײט איז אַ שטראָף פֿאַרן נאַרן.23דאָס האַרץ פֿון דעם חכם מאַכט קלוג זײַן מױל, און מערט לערנונג אױף זײַנע ליפּן.24האָניקזאַפֿט זײַנען ליבלעכע רײד, זיס פֿאַר דער זעל, און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.25פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גלײַך בײַם מענטשן, און זײַן סוף זײַנען װעגן פֿון טױט.26דער הונגער פֿון אַרבעטער אַרבעט אין אים, װאָרעם זײַן מױל טרײַבט אים אָן.27דער נידערטרעכטיקער מענטש גראָבט אױס בײז, און אױף זײַן ליפּ איז װי אַ בראַנדפֿײַער.28דער מענטש פֿון פֿאַרקערטקײט מאַכט אָן קריג, און דער אונטערהעצער צעשײדט גוטע פֿרײַנט.29דער מאַן פֿון אומרעכט רעדט אָן זײַן חבֿר, און פֿירט אים אױפֿן נישט גוטן װעג.30דער װאָס דריקט-צו די אױגן, איז דאָס אױסצוקלערן פֿאַרקערטקײט; דער װאָס בײַסט די ליפּן, װיל אױספֿירן שלעכטס.31אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ; אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.32בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן אײדער אַ גיבור, און דער װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט, אײדער דער װאָס באַצװינגט אַ שטאָט.33אין שױם װאַרפֿט מען דעם גורל, אָבער פֿון ה׳ איז זײַן יעטװעדער באַשײד.
Artists for Israel International