זְכַרְיָה12
1די נבֿואה פֿון ה׳ס װאָרט אױף יִשׂרָאֵל:
אַזױ זאָגט ה׳, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען, און געגרונטפֿעסט די ערד, און געפֿורעמט דעם גײַסט פֿון מענטשן אין אים.2זע, איך מאַך ירושָלַיִם פֿאַר אַ בעכער פֿון פֿאַרטומלעניש פֿאַר אַלע אומות רונד אַרום; און אױך יהוּדה װעט מוזן זײַן אין באַלעגערונג אױף ירושָלַיִם.3און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך מאַכן ירושָלַיִם אַ לאַסטשטײן פֿאַר אַלע אומות, אַלע װאָס לאָדן זי אױף זיך װעלן זיך װוּנדן אָנרײַסן; און אײַנזאַמלען װעלן זיך אַקעגן איר אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.4אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, װעל איך שלאָגן איטלעך פֿערד מיט צעדולטקײט, און זײַן רײַטער מיט משוגעת; און אױף דעם הױז פֿון יהוּדה װעל איך האַלטן אָפֿן מײַנע אױגן. און איטלעך פֿערד פֿון די אומות װעל איך שלאָגן מיט בלינדקײט.5און די פֿירשטן פֿון יהוּדה װעלן זאָגן אין זײער האַרצן: אַ שטאַרקײט זײַנען צו מיר די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, דורך ה׳ צבָֿאוֹת זײער ג-ט.6אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן די פֿירשטן פֿון יהוּדה װי אַ פֿײַערטאָפּ צװישן האָלץ, און װי אַ בראַנדהאָלץ צװישן גאַרבן, און זײ װעלן פֿאַרצערן אױף רעכטס און אױף לינקס אַלע אומות רונד אַרום; און ירושָלַיִם װעט װידער זיצן אױף איר אָרט – אין ירושָלַיִם.7און ה׳ װעט העלפֿן די געצעלטן פֿון יהוּדה צום ערשטן, כּדי די פּראַכט פֿון דעם הױז פֿון דָוִד, און די פּראַכט פֿון די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, זאָל זיך נישט גרײסן איבער יהוּדה.8אין יענעם טאָג װעט ה׳ באַשירעמען די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און דער געפֿאַלענער צװישן זײ װעט אין יענעם טאָג זײַן װי דָוִד, און דאָס הױז פֿון דָוִד װי אלֹקים, און װי דער מלאך פֿון ה׳ פֿאַר זײ.9און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך זוכן צו פֿאַרטיליקן אַלע פֿעלקער װאָס קומען אױף ירושָלַיִם.10און איך װעל אױסגיסן אױף דעם הױז פֿון דָוִד, און אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, דעם רוּחַ פֿון חֵן און געבעטן, און זײ װעלן אױף מיר קוקן װעמען זײ האָבן דורכגעשטאָכן, און זײ װעלן איבער אים קלאָגן אַזױ װי מע קלאָגט איבער אַן אײנאײנציקן, און זײ װעלן זײַן אין ביטערקײט איבער אים, אַזױ װי מע איז אין ביטערקײט װעגן אַ בכור.11אין יענעם טאָג װעט גרױס זײַן די קלאָג אין ירושָלַיִם, אַזױ װי די קלאָג פֿון הַדַד-רִמוֹן אין טאָל מגִדוֹן.12און דאָס לאַנד װעט קלאָגן משפּחות משפּחות באַזונדער; די משפּחות פֿון דעם הױז פֿון דָוִד באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿון דעם הױז פֿון נָתָן באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער;13די משפּחה פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿון די שִמעִים באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער;14אַלע משפּחות װאָס זײַנען געבליבן, משפּחות משפּחות באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער.

Artists for Israel International