זְכַרְיָה13

1אין יענעם טאָג װעט זיך עפֿענען אַ קװאַל פֿאַר דעם הױז פֿון דָוִד, און פֿאַר די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, פֿאַר זינד און פֿון װאָס איז אומרײן.2און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, װעל איך פֿאַרשנײַדן די נעמען פֿון די געצנבילדער, פֿון לאַנד, און זײ װעלן מער נישט געדאַכט װערן; און אױך די נבֿיאים און דעם גײַסט פֿון אומרײנקײט װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון לאַנד.
3און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט נאָך אַלץ נבֿיאות זאָגן, װעלן זאָגן צו אים זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן: טאָרסט נישט בלײַבן לעבן, װאָרעם ליגן האָסטו געזאָגט אין נאָמען פֿון ה׳; און זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן, װעלן אים שטעכן, אַז ער װעט נבֿיאות זאָגן.4און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן זיך די נבֿיאים שעמען איטלעכער מיט זײַן זעונג, װען ער װעט נבֿיאות זאָגן; און זײ װעלן נישט אָנטאָן אַ האָריקן מאַנטל כּדי צו נאַרן.5און ער װעט זאָגן: נישט קײן נבֿיא בין איך, איך בין אַ פּויער, װאָרעם מען האָט מיך געלערנט בהמות צו היטן פֿון מײַן יוגנט אָן.6און אַז מע װעט זאָגן צו אים: װאָס זײַנען די דאָזיקע װוּנדן צװישן דײַנע הענט? װעט ער זאָגן: דאָס האָב איך געקריגן געשלאָגן אין הױז פֿון מײַנע גוטע פֿרײַנט.
7דערװעק זיך, שװערד, אױף מײַן פּאַסטוך, און אױף דעם מאַן װאָס איך האָב מיר צוגעחבֿרט! זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת; שלאָג דעם פּאַסטוך, און די שאָף זאָלן צעשפּרײט װערן; און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף די יונגען.8און עס װעט געשען אין גאַנצן לאַנד, זאָגט ה׳; צװײ טײלן דערין װעלן פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן, און אַ דריט-חלק װעט בלײַבן דערין.9און איך װעל ברענגען דעם דריט-חלק אין פֿײַער, און װעל זײ לײַטערן װי מע לײַטערט זילבער, און װעל זײ פּרוּװן װי מע פּרוּװט גאָלד; ער װעט רופֿן מײַן נאָמען, און איך װעל אים ענטפֿערן; איך זאָג: ער איז מײַן פֿאָלק, און ער װעט זאָגן: ה׳ איז מײַן ג-ט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276