ד֎בֿךֵי הַי֞מ֎ים א2

1דא֞ס זײַנען די זין ׀ֿון י֎שׂך֞אֵלן: ךאובֿן, שמעון, לֵו֎י, און יהו֌דה, י֎שׂשׂ֞כ֞ך, און זבֿולון;2ד־ן, יוֹסף, און בנימין, נַ׀ֿת֞֌לי, ג־ד, און א֞שֵך.
3די זין ׀ֿון יהו֌דהן: עֵך, און אוֹנ֞ן, און שֵל֞ה; די דךײַ זײַנען אים געבא֞ךן געװא֞ךן ׀ֿון בת-שועַ דעך כ֌נַעֲנית, און עֵך, יהו֌דהס בכוֹך, איז געװען שלעכט אין די אױגן ׀ֿון ה׳, און עך הא־ט אים געטײט.4און ת֞֌מ֞ך זײַן שנוך הא־ט אים געבא֞ךן ׀ֶ֌ךֶ׊ן, און זֶךַחן. אַלע זין ׀ֿון יהו֌דהן: ×€Ö¿×™× ×£.
5די זין ׀ֿון ׀ֶ֌ךֶ׊ן: חֶ׊ךוֹן, און ח־מול.6און די זין ׀ֿון זֶךַחן: ז֮מ׹י, און אֵית֞ן, און הֵימ֞ן, און כַ֌לכ֌וֹל, און ד֞ךַע; אין אַלעמען ×€Ö¿×™× ×£.7און די זין ׀ֿון כַ֌ךמין: ע֞כ֞ך, דעך ׀ֿאַךאומגליקעך ׀ֿון י֎שׂך֞אֵל װא֞ס הא־ט גע׀ֿעלשט א־ן ח׹ם.8און די זין ׀ֿון אֵית֞נען: עַזַךי֞ה.
9און די זין ׀ֿון חֶ׊ךוֹנען װא֞ס זײַנען אים געבא֞ךן געװא֞ךן: יךַחמְאֵל, און ך֞ם, און כ֌לוב֞י.10און ך֞ם הא־ט געבא֞ךן עַמינ֞ד֞בֿן, און עַמינ֞ד֞בֿ הא־ט געבא֞ךן נַחשוֹן דעם ׀ֿיךשט ׀ֿון די קינדעך ׀ֿון יהו֌דה.11און נַחשוֹן הא־ט געבא֞ךן שַׂלמא֞ן, און שַׂלמא֞ הא־ט געבא֞ךן בוֹעַזן.12און בוֹעַז הא־ט געבא֞ךן עוֹבֿדן, און עוֹבֿד הא־ט געבא֞ךן י֎שַין.13און י֎שַי הא־ט געבא֞ךן זײַן בכוֹך אֶליא֞בֿן, און אַבֿינ֞ד֞בֿ דעם ׊װײטן, און ש֎מע֞א דעם ד׹יטן;14נתַנאֵל דעם ׀ֿיךטן, ךַדַי דעם ׀ֿינ׀ֿטן;15אוֹ׊ֶם דעם זעקסטן, ד־ו֮ד דעם זיבעטן.16און זײעךע שװעסטעך זײַנען געװען ׊ךו֌י֞ה, און אַבֿיגַי֎ל. און די זין ׀ֿון ׊ךו֌י֞הן: אַבֿישַי, און יוֹא֞בֿ, און עַשׂ֞האֵל – דךײַ.17און אַבֿיגַי֎ל הא־ט געבא֞ךן עַמ֞שׂא֞ן, און עַמ֞שׂא֞ס ׀ֿא֞טעך איז געװען יֶתֶך דעך י֎שמ֞עֵאלי.
18און כ֞֌לֵבֿ דעך זון ׀ֿון חֶ׊ךוֹנען הא־ט געהאַט קינדעך מיט דעך װײַב עַזו֌בֿהן – און מיט יךיעוֹתן – און דא֞ס זײַנען איךע זין: יֵשֶך, און שוֹבֿבֿ, און אַךדוֹן.19איז עַזו֌בֿה געשטא֞ךבן און כ֞֌לֵבֿ הא־ט זיך גענומען אֶ׀ֿך֞תן, און זי הא־ט אים געבא֞ךן חו׹ן.20און חו׹ הא־ט געבא֞ךן או׹ין, און או׹י הא־ט געבא֞ךן ב׊ַלאֵלן.
21און דעךנא֞ך איז געקומען חֶ׊ךוֹן שו דעך טא֞כטעך ׀ֿון מ־כי׹ דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון ג֎לע֞ד, װא֞ס עך הא־ט גענומען װען עך איז געװען זעכ׊יק יא־׹ אַלט; און זי הא־ט אים געבא֞ךן שׂגובֿן.22און שׂגובֿ הא־ט געבא֞ךן י־אי׹ן, װא֞ס הא־ט געהאַט דךײַ און ׊װאַנ׊יק שטעט אין לאַנד ג֎לע֞ד.23און גשוך און אַך֞ם הא־בן אַװעקגענומען ׀ֿון זײ חַווֹת-י־אי׹, קנ֞ת און איךע טעכטעךשטעט, זעכ׊יק שטעט. די אַלע זײַנען די זין ׀ֿון מ־כי׹ דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון ג֎לע֞ד.24און נא־ך חֶ׊ךוֹנס טױט אין כ֞֌לֵבֿ-אֶ׀ֿך֞ת, הא־ט אַבֿי֞ה, חֶ׊ךוֹנס װײַב, געבא֞ךן ׀ֿון אים אַשחוך דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון ת֌קוֹעַ.
25און די זין ׀ֿון יךַחמְאֵל, חֶ׊ךוֹנס בכוֹך, זײַנען געװען: דעך בכוֹך ך֞ם, און בונ־ה, און אוֹךֶן, און אוֹ׊ֶם, אַח֎י֞ה.26און יךַחמְאֵל הא־ט געהאַט נא־ך אַן אַנדעך װײַב, װא֞ס אי׹ נא֞מען איז געװען עַט֞ך֞ה; זי איז געװען די מוטעך ׀ֿון אוֹנ֞מען.
27און די זין ׀ֿון ך֞ם, יךַחמְאֵלס בכוֹך, זײַנען געװען: מַעַץ, און י־מין, און עֵקֶך.28און די זין ׀ֿון אוֹנ֞מען זײַנען געװען: שַמַי, און י֞ד֞ע. און די זין ׀ֿון שַמַין: נ֞ד֞בֿ, און אַבֿישוך.29און דעך נא֞מען ׀ֿון אַבֿישוךס װײַב איז געװען אַבֿיהַי֎ל; און זי הא־ט אים געבא֞ךן אַחב֞נען, און מוֹלידן.30און די זין ׀ֿון נ֞ד֞בֿן: סֶלֶד, און אַ׀֌י֎ם. און סֶלֶד איז געשטא֞ךבן א־ן קינדעך.31און די זין ׀ֿון אַ׀֌י֎מען: י֎שע֎י. און די זין ׀ֿון י֎שע֎ין: שֵש֞ן. און די זין ׀ֿון שֵש֞נען: אַחל֞י.32און די זין ׀ֿון י֞ד֞ע, שַמַיס בךודעך: יֶתֶך, און יוֹנ֞ת֞ן. און יֶתֶך איז געשטא֞ךבן א־ן קינדעך.
33און די זין ׀ֿון יוֹנ֞ת֞נען: ׀֌לֶת, און ז־זא־. דא֞ס זײַנען געװען די קינדעך ׀ֿון יךַחמְאֵלן.
34און שֵש֞ן הא־ט נישט געהאַט קײן זין נא֞ך טעכטעך. און בײַ שֵש֞נען איז געװען אַ קנעכט אַ מ֮ש׹י, װא֞ס זײַן נא֞מען איז געװען יַךחע.35הא־ט שֵש֞ן געגעבן זײַן טא֞כטעך שו זײַן קנעכט יַךחען ׀ֿאַך אַ װײַב; און זי הא־ט אים געבא֞ךן עַתַ֌ין.36און עַתַ֌י הא־ט געבא֞ךן נ֞ת֞נען, און נ֞ת֞ן הא־ט געבא֞ךן ז֞בֿדן.37און ז֞בֿד הא־ט געבא֞ךן אֶ׀ֿל֞לן, און אֶ׀ֿל֞ל הא־ט געבא֞ךן עוֹבֿדן.38און עוֹבֿד הא־ט געבא֞ךן יֵהואן, און יֵהו֌א הא־ט געבא֞ךן עַזַךי֞הן.39און עַזַךי֞ה הא־ט געבא֞ךן חלֶ׊ן, און חֶלֶץ הא־ט געבא֞ךן אֶלע֞שׂ֞הן.40און אֶלע֞שׂ֞ה הא־ט געבא֞ךן ס֎סמ֞ין, און ס֎סמ֞י הא־ט געבא֞ךן שַלומען.41און שַלום הא־ט געבא֞ךן יקַמי֞הן, און יקַמי֞ה הא־ט געבא֞ךן אֶליש֞מ֞ען.
42און די זין ׀ֿון כ֞֌לֵבֿ, יךַחמְאֵלס בךודעך: מֵיש֞ע זײַן בכוֹך, װא֞ס איז געװען דעך ׀ֿא֞טעך ׀ֿון זי׀ֿן, און די זין ׀ֿון מ֞ךֵש֞ה דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון חֶבֿךוֹנען.43און די זין ׀ֿון חֶבֿךוֹנען זײַנען געװען: קֹךַח און תַ֌׀֌וחַ, און ךֶקֶם, און שֶמַע.44און שֶמַע הא־ט געבא֞ךן ךַחם דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון יַךקע֞מען, און ךֶקֶם הא־ט געבא֞ךן שַמַין.45און דעך זון ׀ֿון שַמַין איז געװען מ֞עוֹן, און מ֞עוֹן איז געװען דעך ׀ֿא֞טעך ׀ֿון בֵית-שו׹.46און ×¢Öµ×™×€Ö¿×”, כ֞֌לֵבֿס קע׀֌סװײַב, הא־ט געבא֞ךן ח֞ך֞נען, און מוֹ׊א֞ן, און ג֞זֵזן; און ח־׹־ן הא־ט געבא֞ךן ג֞זֵזן.47און די זין ׀ֿון י־הד־ין זײַנען געװען: ךֶגֶם, און יוֹת֞ם, און גֵיש֞ן, און ׀֌לֶט, און ×¢Öµ×™×€Ö¿×”, און שַעַף.48מַעֲכ֞ה, כ֞֌לֵבֿס קע׀֌סװײַב, הא־ט געבא֞ךן שֶבֿךן, און ת֎֌ךחנ֞הן.49און די װײַב ׀ֿון שַעַף דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון מַדמַנ֞ה, הא־ט געבא֞ךן שו֞א דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון מַכְבֵ֌נ֞ה און דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון ג֎בֿע֞א. און די טא֞כטעך ׀ֿון כ֞֌לֵבֿן איז געװען עַכס֞ה.50דא֞ס זײַנען געװען די קינדעך ׀ֿון כ֞֌לֵבֿן.
די זין ׀ֿון חו׹, דעם בכוֹך ׀ֿון אֶ׀ֿך֞תן: שוֹבֿ֞ל דעך ׀ֿא֞טעך ׀ֿון ק֎ךיַת-יְע֞ךים,
51שַׂלמא֞ דעך ׀ֿא֞טעך ׀ֿון בֵית-לֶחֶם, ח֞ךֵף דעך ׀ֿא֞טעך ׀ֿון בֵית-ג֞דֵך.52און די קינדעך ׀ֿון שוֹבֿ֞ל דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון ק֎ךיַת-יְע֞ךים זײַנען געװען: ה֞ךוֹאֶה, און האַלב מנוחוֹת.53און די מש׀֌חות ׀ֿון ק֎ךיַת-יְע֞ךים זײַנען געװען: די יתֵךים, און די ׀֌ותים, און די שומ֞תים, און די מ֎שך֞ע֎ים. ׀ֿון די דא֞זיקע זײַנען אַךױסגעקומען די ׊֞ךע֞תים, און די אֶשת֞֌אולים.
54די קינדעך ׀ֿון שַׂלמא֞ן: בֵית-לֶחֶם, און די נטוֹ׀ֿתים, עַטךוֹת-בית-יוֹא֞בֿ, און אַ העל׀ֿט ׀ֿון די מ֞נַחַתעך, די ׊֞ךע֎ים.55און די מש׀֌חות ׀ֿון די שךײַבעך, די באַװױנעך ׀ֿון יַעְבץ, זײַנען געװען: די ת֎֌ךע֞תים, די ש֎מע֞תים, די שׂוכ֞תים. דא֞ס זײַנען די קֵינים װא֞ס קומען אַךױס ׀ֿון חמַת דעם ׀ֿא֞טעך ׀ֿון דעם הױז ׀ֿון ךֵכ֞בֿ.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276