דִבֿרֵי הַיָמִים א1

1אָדָם, שֵת, אֶנוֹש;2קֵינָן, מַהלַלאֵל, יֶרֶד;3חַנוֹך, מתושֶלַח, לֶמֶך;4נֹח, שֵם, חָם, און יֶפֶֿת.
5די זין פֿון יֶפֶֿתן: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס.6און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה.7און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִישָה, די כִּתּים, און די רוֹדָנים.
8די זין פֿון חָמען: כּוּש, און מִצרַיִם, פּוּט, און כּנַעַן.9און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ, און דדָן.10און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד.11און מִצרַיִם האָט געבאָרן די לודים, און די עַנָמים, און די להָבֿים, און די נַפֿתּוחים,12און די פַּתרוסים, און די כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און די כַּפֿתּוֹרים.13און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן;14און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי;15און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סיני;16און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי.
17די זין פֿון שֵמען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם, און עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מֶשֶך.18און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן.19און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן.20און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן;21און הַדוֹרָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן;22און עֵיבֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן;23און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין.
24שֵם, אַרפַּכשַד, שֶלַח;25עֵבֶֿר, פֶּלֶג, רְעו;26שׂרוג, נָחוֹר, תֶּרַח;27אַבֿרם, דאָס איז אבֿרהם.28די זין פֿון אבֿרהמען: יִצחָק, און יִשמָעֵאל.
29דאָס זײַנען זײערע געבורטן: דער בכוֹר פֿון יִשמָעֵאלן, נבָֿיוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבֿשָׂם;30מִשמָע, און דומָה, מַשׂאָ, חַדַד, און תֵּימאָ;31איטור, נָפֿיש, און קֵדמָה. דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן.
32און די זין פֿון קטורָה, אבֿרהמס קעפּסװײַב: זי האָט געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחַן. און די זין פֿון יָקשָנען זײַנען געװען: שבֿאָ, און דדָן.33און די זין פֿון מִדיָנען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אַבֿידָע, און אֶלדָעָה. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון קטורָהן.
34און אבֿרהם האָט געבאָרן יִצחָקן. די זין פֿון יִצחָקן זײַנען געװען: עֵשָׂו, און יִשׂרָאֵל.
35די זין פֿון עֵשָׂון: אֶליפַֿז, רְעואֵל, און יְעוש, און יַעְלָם, און קֹרַח.36די זין פֿון אֶליפַֿזן: תֵּימָן, און אוֹמָר צפֿי, און גַעְתָּם, קנַז, און תִּמנַע, און עַמָלֵק.37די זין פֿון רְעואֵלן: נַחַת, זֶרַח, שַמָה, און מִזָה.
38און די זין פֿון שֵׂעִירן: לוֹטָן, און שוֹבָֿל, און צִבֿעוֹן, און עַנָה, און דִשוֹן, און אֵצֶר, און דישָן.39און די זין פֿון לוֹטָנען: חוֹרי, און הוֹמָם; און די שװעסטער פֿון לוֹטָנען: תִּמנַע.40די זין פֿון שוֹבָֿלן: עַליָן, און מָנַחַת, און עֵיבֿל, שפֿי, און אוֹנָם. און די זין פֿון צִבֿעוֹנען: אַיָה, און עַנָה.41די זין פֿון עַנָהן: דישוֹן. און די זין פֿון דישוֹנען: חמרָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כּרָן.42די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, יַעֲקָן. די זין פֿון דישוֹנען: עוץ, און אַרָן.
43און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: בֶלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה.
44איז בֶלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט יוֹבֿבֿ דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בָצרָה.45איז יוֹבֿבֿ געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני.46איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית.47איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה.48איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבֿוֹת בײַם טײַך.49איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן;50איז בַעַל-חָנָן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעִי; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבֿאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבֿן.51און הַדַד איז געשטאָרבן. און די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם זײַנען געװען: דער פֿירשט פֿון תִּמנַע, דער פֿירשט פֿון עַלוָה, דער פֿירשט פֿון יתֵת;52דער פֿירשט פֿון אָהליבָֿמָה, דער פֿירשט פֿון אֵלָה, דער פֿירשט פֿון פּינוֹן;53דער פֿירשט פֿון קנַז, דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון מִבֿצָר;54דער פֿירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פֿירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276