תְּהִלִּים65
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור; פֿון דָוִדן אַ געזאַנג.2אױף דיר, אלֹקים, האַרט לױב אין צִיוֹן, און צו דיר װערן נדרים געצאָלט.3דו װאָס הערסט צו אַ תּפֿילה, צו דיר קומען אַלע לײַבער.4די זינדיקע מעשׂים זײַנען צו שטאַרק פֿאַר מיר; אונדזערע פֿאַרברעכן, זײ זאָלסט דו מכַפּר זײַן.5װױל צו דעם װאָס דו װײלסט און דערנענטערסט, ער זאָל רוען אין דײַנע הױפֿן. לאָמיר זיך זעטן מיט דעם גוטס פֿון דײַן הױז, מיט דער הײליקײט פֿון דײַן הֵיכל.6מיט פֿאָרכטיקע װוּנדער ענטפֿערסטו אונדז אין גערעכטיקײט, דו אלֹקים פֿון אונדזער הילף, דו פֿאַרזיכערונג פֿון אַלע עקן ערד, און פֿון ימען װײַטע;7דער װאָס באַפֿעסטיקט די בערג מיט זײַן כּוֹח, דער װאָס איז באַגורט מיט גבֿורה;8דער װאָס שטילט אײַן די ברומונג פֿון די ימען, די ברומונג פֿון זײערע אינדן, און דעם טומל פֿון די פֿעלקער,9ביז די באַװױנער פֿון װײַטע עקן האָבן מורא פֿאַר דײַנע צײכנס; די אַרױסגענג פֿון פֿרימאָרגן און אָװנט מאַכסטו זינגען.10דערמאָנסט זיך אָן דער ערד און באַװאַסערסט זי, מאַכסט זי שֶפֿעדיק רײַך, פֿון דעם טײַך פֿון אלֹקים פֿול מיט װאַסער; ברײטסט אָן זײער קאָרן, װאָרעם ברײטסט זי צו ריכטיק;11טרינקסט אָן אירע בײטן, זעצסט אַראָפּ אירע גרודעס, מאַכסט זי װײך מיט שפּרײרעגן, בענטשסט איר שפּראָצונג.12האָסט געקרײנט דאָס יאָר מיט דײַן גוטס, און דײַנע שטעגן טריפֿן מיט פֿעטקײט.13עס טריפֿן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר, און פֿרײד גורטן אָן די הײכן.14די לאָנקעס באַקלײדן זיך מיט שאָף, און די טאָלן װיקלען זיך אין תּבֿואה; זײ שאַלן און זײ זינגען.
Artists for Israel International