תְּהִלִּים64
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2הער צו, אלֹקים, מײַן קֹול אין מײַן קלאָג; פֿון דער אַנגסט פֿון פֿײַנט זאָלסטו באַהיטן מײַן לעבן.3זאָלסט מיך פֿאַרבאָרגן פֿון דעם באַראָט פֿון די שלעכטסטוער, פֿון דעם טומל פֿון די װאָס װערקן אומרעכט;4װאָס האָבן געשאַרפֿט װי אַ שװערד זײער צונג, געשפּאַנט זײער פֿײַל – אַ גיפֿטיק װאָרט,5צו שיסן אין פֿאַרבאָרגענישן דעם אומשולדיקן; פּלוצלינג שיסן זײ אים, און האָבן נישט מורא.6זײ שטאַרקן אײנאַנדער אין דער בײזער זאַך; זײ רעדן אָפּ אונטערצולײגן נעצן; זײ זאָגן, װער קען זײ זען.7זײ זוכן אױס פֿאַרברעכן, זײ האָבן דורכגעמאַכט אַ גרונטיקע זוכעניש; און די אינעװײניקײט פֿון איטלעכן און דאָס האַרץ איז טיף.8אָבער אלֹקים שיסט אױף זײ פּלוצלינג אַ פֿײַל; עס געשעען זײערע שלעק.9און מע מאַכט זײער צונג אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ אַלײן; אױפֿגעטרײסלט װערן אַלע װאָס קוקן אױף זײ.10און אַלע מענטשן האָבן מורא, און דערצײלן דאָס װערק פֿון אלֹקים, און זײַן טוּונג פֿאַרשטײען זײ.11דער צדיק פֿרײט זיך מיט ה׳, און טוט זיך שיצן אין אים, און עס רימען זיך אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
Artists for Israel International