תְּהִלִּים7

1אַ שִגָעון פֿון דָוִדן, װאָס ער האָט געזונגען צו ה׳ פֿון װעגן כּוּש דעם בנימינער.2ה׳ מײַן ג-ט, אין דיר האָב איך מיך געשיצט, העלף מיך פֿון אַלע מײַנע נאָכיאָגער, און זײַ מיך מציל,3מע זאָל נישט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מײַן זעל, צערײַסן, און קײנער זאָל נישט מציל זײַן.
4ה׳ מײַן ג-ט, אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן, אױב אומרעכט איז דאָ אין מײַנע הענט,5אױב איך האָב געטאָן בײז מײַן גוטן פֿרײַנט, אָדער באַרױבט צו מאָל מײַן אומזיסטיקן פֿײַנט,6זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן, און טרעטן צו דער ערד מײַן לעבן, און מײַן כּבֿוד אין שטױב לײגן. סֶלָה.
7שטײ אױף, ה׳, אין דײַן כּעס, דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מײַנע פֿײַנט, און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט.8און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום, קער זיך אום איבער איר צו דער הײך.
9ה׳, װאָס משפּטסט די פֿעלקער, משפּט מיך, ה׳, לױט מײַן גערעכטיקײט און לױט מײַן ערלעכקײט אין מיר.10זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די רשעים, און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק; װאָרעם דו פּרוּװסט די הערצער און נירן, אלֹקים דו גערעכטער.11מײַן באַשיץ איז אױף אלֹקים; ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.12אלֹקים איז אַ גערעכטער ריכטער, און אַ צערנדיקער אֵל אַלע טאָג.
13פֿאַר װאָר, ער שלײַפֿט נאָכאַנאַנד זײַן שװערד, ער שפּאַנט זײַן בױגן און שטעלט אים אָן.14און ער גרײט זיך אָן געצײַג פֿון טױט, ער מאַכט ברענעדיק שאַרף זײַנע פֿײַלן.15זע, ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט, און ער טראָגט אומגליק, און געבערט ליגן.16ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס, און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט,17זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ, און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך.
18איך װעל לױבן ה׳ לױט זײַן גערעכטיקײט, און באַזינגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דעם עליון.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276