תְּהִלִּים6
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל, אױף שמינית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2נישט אין דײַן כּעס זאָלסטו מיך מוסרן, ה׳, און נישט אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.3לײַטזעליק מיך, ה׳, װאָרעם איך װער פֿאַרשניטן, הײל מיך, ה׳, װאָרעם מײַנע בײנער זײַנען דערשראָקן,4און מײַן זעל איז דערשראָקן זײער, און דו ה׳, ביז װאַנען?5קער זיך אום, ה׳, דערלײז מײַן זעל, העלף מיך פֿון װעגן דײַן גענאָד.6װאָרעם נישטאָ אין טױט דײַן דערמאָנונג, אין שְׁאֹול װער װעט דיך לױבן?7איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן, איך באַװאַש אַלע נאַכט מײַן געלעגער, איך מאַך צעגײן אין מײַנע טרערן מײַן בעט.8מאַט געװאָרן פֿון קומער איז מײַן אױג, אַלט געװאָרן פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט.9קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, אַלע טוער פֿון אומרעכט, װאָרעם ה׳ האָט געהערט דעם קֹול פֿון מײַן געװײן.10ה׳ האָט געהערט מײַן געבעט, ה׳ נעמט אָן מײַן תּפֿילה.11פֿאַרשעמט און דערשראָקן זײער װעלן װערן אַלע מײַנע פֿײַנט; זײ װעלן אָפּטרעטן פֿאַרשעמט אין אַ רגע.
Artists for Israel International