תְּהִלִּים58
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם.2זענט איר ניט שטום דעם איר זאָלט פֿון גערעכטיקײט רעדן? אין אמת משפּטים טוט איר, מענטשנקינדער?3יאָ, אין האַרצן אַרבעט איר אױס פֿאַרברעכן, אױף דער ערד פֿירט איר דורך דאָס אומרעכט פֿון אײַערע הענט.4די רשעים זײַנען אָפּגעקערט פֿון טראַכט אָן, פֿון מוטערלײַב אָן בלאָנדזשען די ליגנזאָגערס.5אַ גיפֿט איז בײַ זײ גלײַך װי גיפֿט פֿון אַ שלאַנג; װי דער טױבער נאָטער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער,6װאָס הערט נישט צו דעם קֹול פֿון באַשװערער, פֿון דעם קליגסטן שפּרעכער פֿון שפּרוכן.7אלֹקים, צעברעך זײערע צײן אין זײער מױל, די באַקצײן פֿון די יונגלײבן האַק אױס, ה׳.8זאָלן זײ צעגײן װי װאַסער װאָס צעלױפֿט זיך; שפּאַנט ער זײַנע פֿײַלן, זאָלן זײ װי אָפּגעשניטן װערן.9װי אַ צעקראָכענע שנעק זאָל ער פֿאַרגײן, װי אַ מפּיל, װי אַ קראָט, װאָס האָבן די זון נישט געזען.10אײדער אײַערע טעפּ װעלן דערשפּירן די דערנער, זאָל ער עס אַװעקשטורעמען, דאָס רױע װי דאָס צוגעברענטע.11דער צדיק װעט זיך פֿרײען, אַז ער זעט נקמה, זײַנע טריט װעט ער װאַשן אין בלוט פֿון דעם רשע.12און מענטשן װעלן זאָגן: יאָ, עס איז דאָ אַ פֿרוכט פֿאַרן צדיק; יאָ, פֿאַראַן אַ אלֹקים װאָס משפּט אױף דער ערד.
Artists for Israel International