תְּהִלִּים57

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון שָאולן אין דער הײל.2לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לײַטזעליק מיך, װאָרעם אין דיר האָט זיך געשיצט מײַן זעל, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען װעל איך מיך שיצן ביז די אומגליקן װעלן אַריבער.3איך װעל רופֿן צו אלֹקים עליון אױבערשטער, צו אֵל װאָס פֿירט אױס פֿאַר מיר.4ער װעט שיקן פֿון הימל, און מיך העלפֿן, מעג לעסטערן דער װאָס װיל מיך אײַנשלינגען, סֶלָה; אלֹקים װעט שיקן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט.5מײַן זעל איז צװישן לײבן, איך ליג צװישן מענטשנקינדער לָהוטע; זײערע צײן זײַנען שפּיזן און פֿײַלן, און זײער צונג אַ שװערד אַ שאַרפֿע.
6דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.
7אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מײַנע טריט, מע האָט אײַנגעבױגן מײַן זעל; זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב, זײַנען זײ אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין איר. סֶלָה.8פֿעסט איז מײַן האַרץ, אלֹקים, פֿעסט איז מײַן האַרץ, איך װעל זינגען און שפּילן.9דערװעק דיך, מײַן זעל, דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.10איך װעל דיך לױבן צװישן די פֿעלקער, אָ אֲדֹנָי, איך װעל דיך באַזינגען צװישן די אומות.11װאָרעם גרױס ביז די הימלען איז דײַן חֶסֶד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט.
12דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276