תְּהִלִּים55

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.2פֿאַרנעם, אלֹקים, מײַן תּפֿילה, און זאָלסט זיך נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט.3האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר; איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום,4פֿון דעם קֹול פֿון דעם פֿײַנט, פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רשע; װאָרעם זײ ברענגען אױף מיר אומגליק, און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן.
5מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר, און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר.6אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר, און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט.7און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב, איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט.8אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט, איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר. סֶלָה.9איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונג פֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם.
10צעמיש, אֲדֹנָי, צעטײל זײער שפּראַך, װאָרעם איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט.11טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן, און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיטן.12פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיטן, און פֿון איר מאַרק טוט זיך נישט אָפּ דריקונג און באַטרוג.13װאָרעם נישט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן – דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן; נישט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר – פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן;14נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן, מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער,15װאָס בײַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען, גײן אין דעם הױז פֿון אלֹקים מיט געזעמל.16זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ, זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול! װאָרעם בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ.
17איך װעל רופֿן צו אלֹקים, און ה׳ װעט מיך העלפֿן.18אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטן טאָג װעל איך קלאָגן און װעל ברומען, און ער טוט הערן מײַן קֹול.19ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל, מע זאָל נישט גענענען צו מיר, הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר.20אֵל װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן – דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן. סֶלָה. װאָרעם נישטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ, און זײ האָבן נישט מורא פֿאַר אלֹקים.
21ער שטרעקט אױס זײַנע הענט אױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים, ער פֿאַרשװעכט זײַן ברית.22גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל, און זײַן האַרץ איז מלחמה; װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער, אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
23װאַרף אױף ה׳ דײַן לאַסט, און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן; ער װעט קײן מאָל נישט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק.
24אָבער דו אלֹקים װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב, די לײַט פֿון בלוט און באַטרוג װעלן נישט אױסלעבן האַלב זײערע טעג; און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276