תְּהִלִּים54

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן,2װען די זיפֿער זײַנען געקומען, און האָבן געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָר, דָוִד באַהאַלט זיך בײַ אונדז.3אלֹקים, מיט דײַן נאָמען טו מיך העלפֿן, און מיט דײַן גבֿורה זאָלסטו זיך אָננעמען פֿאַר מיר.4אלֹקים, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם די װערטער פֿון מײַן מױל.5װאָרעם פֿרעמדע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר, און געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן; זײ האַלטן נישט אלֹקים אַנטקעגן זיך. סֶלָה.
6זע, אלֹקים איז מיר אַ העלפֿער, אֲדֹנָי איז דער אונטערלענער פֿון מײַן נפֿש.7זאָל ער אומקערן דאָס בײז אױף מײַנע לױערער; אין דײַן טרײַשאַפֿט פֿאַרשנײַד זײ.
8מיט װיליקײט װעל איך שלאַכטן צו דיר, װעל לױבן דײַן נאָמען, ה׳, װאָרעם ער איז גוט.9װאָרעם פֿון יעטװעדער צרה האָט ער מיך מציל געװען, און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע פֿײַנט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276