תְּהִלִּים52

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן,2װען דוֹאֵג דער אַדוֹמי איז געקומען, און האָט דערצײלט שָאולן, און אים אָנגעזאָגט: דָוִד איז געקומען אין אַחימֶלֶכס הױז.3װאָס פּראָלסטו זיך מיט בײז, דו מאַכטיקער? דער חֶסֶד פֿון אֵל איז אַלע טאָג.4אומגליקן טראַכט דײַן צונג, װי אַ שאַרפֿער גאָלמעסער װאָס אַרבעט פֿאַלש.5האָסט ליב בײז מער װי גוטס, ליגן אײדער רעדן גערעכטיקײט. סֶלָה.6האָסט ליב אַלע גערײד פֿון צעשטערונג, דו צונג פֿון באַטרוג.
7װעט אױך אֵל דיך צעברעכן אױף אײביק, דיך אַרױסשאַרן און אַרױסרײַסן פֿון געצעלט, און דיך אױסװאָרצלען פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע. סֶלָה.8און די צדיקים װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און זײ װעלן לאַכן איבער אים:9אָן איז דער מאַן װאָס האָט נישט געמאַכט אלֹקים פֿאַר זײַן פֿעסטונג, און האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף זײַן גרױס עשירות; װאָס איז פֿאַרשײַט געװען אין זײַן געריקײט.
10אָבער איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם אין דעם הױז פֿון אלֹקים, איך פֿאַרזיכער מיך אױף ג-טס חֶסֶד אײביק און שטענדיק.11איך װעל אײביק דיר דאַנקען, װאָס דו האָסט זיך אײַנגעשטעלט, און איך װעל האָפֿן צו דײַן נאָמען װײַל ער איז גוט, אַנטקעגן פֿאַר דײַנע פֿרומע.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276