תְּהִלִּים51
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן,2װען נָתָן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בַת-שֶבֿען.3לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לױט דײַן חֶסֶד, לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג מעק אָפּ מײַנע פֿאַרברעכן.4װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מײַן זינד, און פֿון מײַן חטא טו מיך רײניקן.5װאָרעם איך װײס מײַנע פֿאַרברעכן, און מײַן חטא איז מיר תּמיד אַנטקעגן.6צו דיר אַלײן האָב איך געזינדיקט, און װאָס איז שלעכט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן; דערום ביסטו רעכטפֿאַרטיק אין דײַן רעדן, ביסטו גערעכט אין דײַן משפּטן.7זע, אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן, און אין חטא האָט מיך מײַנע מוטער פֿאַרשװענגערן.8אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן, טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.9זאָלסט מיך רײניקן מיט אֵזוֹבֿ-גראָז, אַז איך זאָל רײן װערן, זאָלסט מיך װאַשן, ביז װײַסער פֿון שנײ זאָל איך װערן.10זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט; זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.11פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים, און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.12אַ רײן האַרץ באַשאַף אין מיר, אָ אלֹקים, און אַ פֿעסט גײַסט באַנײַ אין מיר.13זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן פֿון דיר, און דײַן רוּחַ הקדש זאָלסטו נישט אַװעקנעמען פֿון מיר.14קער מיר אום די פֿרײד פֿון דײַן הילף, און אַ פֿרײַ גײַסט זאָלסטו מיר שענקען.15איך װעל לערנען פֿאַרברעכער דײַנע װעגן, און זינדיקע װעלן זיך אומקערן צו דיר.16זײַ מיך מציל פֿון בלוטיקײט, אלֹקים, דו אלֹקים פֿון מײַן הילף; זאָל מײַן צונג זינגען דײַן גערעכטיקײט.17אָ אֲדֹנָי, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען, און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב.18װאָרעם באַגערסט נישט אַ שלאַכטאָפּפֿער אַז איך זאָל געבן, אַ בראַנדאָפּפֿער װילסטו נישט.19די שלאַכטאָפּפֿער פֿון אלֹקים זײַנען אַ צעבראָכן גײַסט, אַ צעבראָכן און דערשלאָגן האַרץ, אלֹקים, פֿאַראַכטסטו נישט.20באַגיטיק אין דײַן באַװיליקונג צִיוֹן, בױען זאָלסטו די מױערן פֿון ירושָלַיִם.21דענצמאָל װעסטו באַגערן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, בראַנדאָפּפֿער און גאַנצאָפּפֿער; דענצמאָל װעט מען אױפֿברענגען אָקסן אױף דײַן מזבח.
Artists for Israel International