תְּהִלִּים41
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2װױל צו דעם װאָס גיט אַכט אױפֿן אָרעמאַן! אין טאָג פֿון בײז װעט אים ה׳ מאַכן אַנטרינען.3ה׳ װעט אים באַהיטן און אים לאָזן לעבן, און ער װעט זײַן באַגליקט אין לאַנד; און װעסט אים נישט איבערגעבן אױף דעם באַראָט פֿון זײַנע פֿײַנט.4ה׳ װעט אים אונטערלענען אױפֿן קראַנקן בעט; די גאַנצע צײַט פֿון זײַן ליגן פֿאַרנעמסטו זיך מיט זײַן קראַנקשאַפֿט.5איך זאָג: ה׳, לײַטזעליק מיך, הײל מײַן זעל, װאָרעם איך האָב געזינדיקט צו דיר.6מײַנע פֿײַנט רעדן שלעכטס װעגן מיר: װען װעט ער שטאַרבן, און זײַן נאָמען זאָל אונטערגײן!7און אַז עמעצער קומט זען, רעדט ער פֿאַלש, זײַן האַרץ זאַמלט אָן אין זיך בײז; גײט ער אַרױס אין גאַס, רעדט ער דערפֿון.8אין אײנעם סוֹדען זיך אױף מיר אַלע מײַנע שָׂונאים, זײ טראַכטן װעגן מיר בײז קעגן מיר:9אַ בײזע זאַך איז אױסגעגאָסן אױף אים, און װי ער האָט זיך געלײגט, װעט ער מער נישט אױפֿשטײן.10אַפֿילו מײַן גוטער פֿרײַנט װאָס איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף אים, דער װאָס עסט מײַן ברױט, הײבט אױף אַ פֿוס אױף מיר.11אָבער דו ה׳ לײַטזעליק מיך, און ריכט מיך אױף, און לאָמיך זײ אָפּצאָלן.12דערמיט װעל איך װיסן אַז דו באַגערסט מיך, װאָס נישט שאַלן װעט מײַן פֿײַנט איבער מיר.13און איך – אין מײַן ערלעכקײט װעסטו מיך אױפֿהאַלטן, און װעסטו מיך לאָזן שטײן פֿאַר דיר אײביק.14ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל פֿון אײביק און ביז אײביק. אָמן און אָמן!
Artists for Israel International