תְּהִלִּים40

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.2האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף ה׳, און ער האָט זיך גענײגט צו מיר, און צוגעהערט מײַן געשרײ.3און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב, פֿון דעם זומפּיקן לײם, און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מײַנע פֿיס, ער האָט באַפֿעסטיקט מײַנע טריט.4און ער האָט געגעבן אין מײַן מױל אַ נײַ געזאַנג, אַ לױב צו אלוקינו. פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף ה׳.
5געבענטשט איז דער מענטש װאָס האָט געמאַכט ה׳ זײַן פֿאַרזיכערונג, און זיך נישט געװענדט צו די האָפֿערדיקע, און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט.6פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן, ה׳ מײַן ג-ט – דײַנע װוּנדער און דײַנע טראַכטונגען פֿון אונדזערט װעגן; נישטאָ קײן גלײַכן צו דיר. זאָל איך דערצײלן און זאָגן, זײַנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען.
7שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער האָסט דו נישט פֿאַרלאַנגט, אָבער מײַנע אױערן האָסטו דו אױפֿגעמאַכט – בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו נישט.8דערום האָב איך געזאָגט: זע, איך בין געקומען, אין די מגלה פֿון דעם סֵפֿר איז װעגן מיר געשריבן.9צו טאָן דײַן רָצון, מײַן ג-ט, האָב איך באַגערט, און דײַן תּורה איז אין מײַנע אינגעװײד.
10איך האָב מבֿשׂר זײַן גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל; זע, מײַנע ליפּן טו איך נישט פֿאַרמײַדן; ה׳, דו װײסט דאָך.11דײַן גערעכטיקײט האָב איך נישט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן, דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט; איך האָב נישט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד און דײַן אמת פֿאַרן גרױסן געזעמל.
12נישט פֿאַרמײַדן זאָלסטו דו, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג פֿון מיר, דײַן גענאָד און דײַן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן.13װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל, דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד, אַז איך קען נישט זען; זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ, און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.
14באַװיליק, ה׳, מיך מציל צו זײַן, ה׳, אײַל מיר צו הילף.15זאָל פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם די װאָס זוכן מײַן לעבן, עס אומצוברענגען; זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען די װאָס װינטשן מיר בײז.16זאָלן באַנומען װערן פֿון װעגן זײער שאַנד די װאָס זאָגן אױף מיר: אַהאַ! אַהאַ!
17זאָלן זײַן לוסטיק און זיך פֿרײען מיט דיר אַלע װאָס זוכן דיך; זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ה׳! די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.18און איך אָרימער און באַדערפֿטיקער – זאָל אֲדֹנָי דאָס מיר צורעכענען. דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען; אָ מײַן ג-ט, זאָלסט זיך נישט זאַמען.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276