תְּהִלִּים23

1אַ מיזמור פֿון דָוִדן.1 ה׳ איז מײַן פּאַסטוך, מיר װעט נישט פֿעלן.2אױף גראָזיקע פֿיטערפּלעצער מאַכט ער מיך לײגן, בײַ רויִקע װאַסערן טוט ער מיך פֿירן.3ער דערקװיקט מײַן זעל; ער פֿירט מיך אין ריכטיקע שטעגן פֿון װעגן זײַן נאָמען.4אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן, האָב איך נישט מורא פֿאַר בײז, װאָרעם דו ביסט מיט מיר; דײַן רוּט און דײַן שטעקן, זײ טוען מיך טרײסטן.
5דו גרײטסט פֿאַר מיר אַ טיש אַנטקעגן מײַנע פֿײַנט; האָסט באַזאַלבט מיט אײל מײַן קאָפּ, מײַן כָּוס לױפֿט אַריבער.6נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן אַלע טעג פֿון מײַן לעבן, און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז אױף לאַנגע טעג.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276