תְּהִלִּים22

1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף אַיֶלֶת-הַשַחַר. אַ מיזמור פֿון דָוִדן.2מײַן אֵל, מײַן אֵל, פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן? װײַט פֿון מײַן הילף זײַנען די װערטער פֿון מײַן געשרײ.3אָ מײַן ג-ט, איך רוף בײַ טאָג, און דו ענטפֿערסט נישט, און בײַ נאַכט און אױך איז קײן שטילונג צו מיר.
4דו ביסט דאָך דער הײליקער, װאָס טראָנט אױף די לױבגעזאַנגען פֿון יִשׂרָאֵל.5אױף דיר האָבן זיך פֿאַרזיכערט אונדזערע עלטערן, זיך פֿאַרזיכערט, און דו האָסט זײ דערלײזט.6צו דיר האָבן זײ געשריִען, און אַנטרונען געװאָרן, אױף דיר זיך פֿאַרזיכערט, און נישט פֿאַרשעמט געװאָרן.
7אָבער איך בין אַ װאָרעם און נישט קײן מענטש, אַ חרפּה פֿאַר לײַט, און פֿאַראַכט פֿון פֿאָלק.8אַלע װאָס זעען מיך, לאַכן פֿון מיר, זײ ציִען מיט דער ליפּ, זײ שאָקלען דעם קאָפּ:9זאָל ער זיך אַרױפֿלײגן אױף ה׳, ער זאָל אים דערלײזן, אים מציל זײַן, אױב ער טוט אים באַגערן.
10פֿאַר װאָר, דו האָסט מיך אַרױסגעצױגן פֿון מוטערלײַב, מיך פֿאַרזיכערט אױף מײַן מוטערס ברוסט.11אױף דיר בין איך אַרױפֿגעװאָרפֿן פֿון געבערמוטער אָן, פֿון מײַן מוטערלײַב אָן ביסט דו מײַן אֵל.12נישט דערװײַטער זיך פֿון מיר, װאָרעם די נױט איז נאָנט, װאָרעם נישטאָ װער זאָל העלפֿן.13אַרומגערינגלט האָבן מיך אָקסן פֿיל, בולן פֿון בָשָן זײַנען מיך באַפֿאַלן אַרום.14זײ האָבן אױפֿגעשפּאַרט זײער מױל אױף מיר, װי אַ לײב װאָס פֿאַרצוקט און ברומט.
15װי װאַסער בין איך צערונען געװאָרן, און אַלע מײַנע בײנער האָבן זיך צעשאָטן; מײַן האַרץ איז געװאָרן װי װאַקס, צעגאַנגען אין מײַנע אינגעװײד.16אױסגעטריקנט װי אַ שאַרבן איז מײַן כּוֹח, און מײַן צונג איז צוגעקלעפּט צו מײַן גומען; און אין דעם שטױב פֿון טױט טוסטו מיך לײגן.
17װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך הינט, אַ באַנדע שלעכטסטוער האָט מיך אַרומגענומען, זײ האָבן מײַנע הענט און מײַנע פֿיס דורכגעשטאָכן.18איך קען איבערצײלן אַלע מײַנע בײנער; זײ גלאָצן, זײ קוקן אױף מיר.19זײ צעטײלן מײַנע בגדים צװישן זיך, און אױף מײַן מלבוש װאַרפֿן זײ גורל.
20אָבער דו ה׳, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן, מײַן שטאַרקײט, אײַל מיר צו הילף.21זײַ מציל פֿון שװערד מײַן זעל, פֿון דער מאַכט פֿון הונט מײַן אײנאײנציקע.22העלף מיך פֿון דעם לײבס מױל, און פֿון די הערנער פֿון װיזלטירן. זאָלסטו מיר ענטפֿערן.
23איך װעל דערצײלן דײַן נאָמען צו מײַנע ברידער, אין געזעמל װעל איך דיך לױבן:24איר יראי ה׳, הַלְלוּ יָהּ, אַל דער זאָמען פֿון יעקבֿ, גיט אים כּבֿוד, און האָט מורא פֿאַר אים, אַל דער זאָמען פֿון יִשׂרָאֵל.25װאָרעם ער פֿאַראַכט נישט און פֿאַראומװערדיקט נישט די פּײַן פֿון אָרעמאַן, און ער פֿאַרבאָרגט נישט זײַן פּנים פֿון אים, און אַז ער שרײַט צו אים, הערט ער צו.26פֿון דיר װעט זײַן מײַן לױב אין אַ גרױס געזעמל; איך װעל באַצאָלן מײַנע נדרים אַנטקעגן פֿאַר זײַנע פֿאָרכטער.27עסן װעלן די געדריקטע און זאַט זײַן, לױבן װעלן ה׳ די װאָס זוכן אים; זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ אױף אײביק!
28באַקלערן װעלן זיך, און זיך אומקערן צו ה׳, אַלע עקן פֿון דער ערד; און בוקן װעלן זיך פֿאַר דיר אַלע משפּחות פֿון די פֿעלקער.29װאָרעם די מלוכה איז ה׳ס, און ער געװעלטיקט איבער די פֿעלקער.
30עסן אַלע פֿעטסן פֿון לאַנד, און זיך בוקן, קניִען פֿאַר אים, װעלן אַלע װאָס האָבן אין שטױב גענידערט, און זײער זעל נישט דערהאַלטן געקענט.31אַ זאָמען װעלן אים דינען, פֿון אֲדֹנָי װעט דערצײלט װערן דעם קומעדיקן דור.32מע װעט קומען און אָנזאָגן זײַן גערעכטיקײט, דעם פֿאָלק װאָס װעט געבאָרן װערן – אַז ער האָט עס געטאָן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276