תְּהִלִּים122
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.1 איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר: לאָמיר גײן אין הױז פֿון ה׳.2אונדזערע פֿיס שטײען אין דײַנע טױערן, ירושָלַיִם.3ירושָלַיִם װאָס איז אױפֿגעבױט װי אַ שטאָט װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם;4װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים, די שבֿטים פֿון ה׳, פֿאַר אַן צײגנים צו יִשׂרָאֵל, צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון ה׳.5װאָרעם דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט, די טראָנען פֿון דָוִדס הױז.6בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושָלַיִם; זאָלן אין שלװה זײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער.7זאָל זײַן שלום אין דײַן מױער, שלװה אין דײַנע פּאַלאַצן.8פֿון װעגן מײַנע ברידער און מײַנע חבֿרים לאָמיך זאָגן: שלום אין דיר!9פֿון װעגן דעם הױז פֿון ה׳ אלוקינו װינטש איך דיר גוטס.
Artists for Israel International