תְּהִלִּים121

1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.1 איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג: פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?2מײַן הילף איז פֿון ה׳, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
3נישט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס; נישט שלומערן װעט דײַן היטער.4זע, עס שלומערט נישט און שלאָפֿט נישט דער היטער פֿון יִשׂרָאֵל.
5ה׳ איז דײַן היטער, ה׳ איז דײַן שאָטן בײַ דײַן רעכטער האַנט;6בײַ טאָג װעט די זון דיך נישט שלאָגן, און נישט בײַ נאַכט די לבֿנה.
7ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז, ער װעט באַהיטן דײַן זעל.8ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען, פֿון אַצונד און ביז אײביק.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276