יוֹאֵל4

1װאָרעם זע, אין יענע טעג און אין יענער צײַט, אַז איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם,2װעל איך אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער, און איך װעל זײ מאַכן נידערן אין טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט, און איך װעל זיך דאָרטן משפּטן מיט זײ פֿאַר מײַן פֿאָלק און מײַן אַרב יִשׂרָאֵל, װאָס זײ האָבן זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און צעטײלט מײַן לאַנד.3און אױף מײַן פֿאָלק האָבן זײ גורל געװאָרפֿן, און געגעבן אַ ייִנגל פֿאַר אַ זוֹנה, און אַ מײדל פֿאַרקױפֿט פֿאַר װײַן, און געטרונקען.
4און װאָס זײַט איר מיר גאָר, צוֹר און צידון און אַלע געגנטן פֿון פּלֶשֶת? צי פֿאַרגעלטונג צאָלט איר דאָס אָפּ פֿון מײַנעטװעגן? איז, אױב איר פֿאַרגעלט דאָס פֿון מײַנעטװעגן, װעל איך אײַליק גיך אומקערן אײַער פֿאַרגעלטונג אױף אײַער קאָפּ;5װאָס מײַן זילבער און מײַן גאָלד האָט איר צוגענומען, און מײַנע בעסטע גלוסטיקײטן געבראַכט אין אײַערע פּאַלאַצן6און די קינדער פֿון יהוּדה און די קינדער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרקױפֿט צו די קינדער פֿון די יוָנים, כּדי זײ צו דערװײַטערן פֿון זײער געמאַרק.7זעט, איך דערװעק זײ פֿון דעם אָרט װאָס איר האָט זײ פֿאַרקױפֿט דאָרטן, און איך װעל אומקערן אײַער טוּונג אױף אײַער קאָפּ.8און איך װעל פֿאַרקױפֿן אײַערע זין און אײַערע טעכטער אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און זײ װעלן זײ פֿאַרקױפֿן צו די שבֿאים, צו אַ װײַטן פֿאָלק, װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.
9רופֿט דאָס אױס צװישן די פֿעלקער, ברײט אָן אַ מלחמה, װעקט אױף די גיבוֹרים; זאָלן גענענען, זאָלן אַרױפֿגײן אַלע מענער פֿון מלחמה.10שמידט אײַערע אַקעראײַזנס אױף שװערדן, און אײַערע צװײַגמעסערס אױף שפּיזן; דער שלאַפֿער זאָל זאָגן: אַ גיבור בין איך.
11אײַלט און קומט אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום, און לאָמען זיך אײַנזאַמלען; אַהין מאַך נידערן, ה׳, דײַנע גיבוֹרים!12זאָלן זיך דערװעקן די פֿעלקער און אַרױפֿגײן צום טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט, װאָרעם דאָרטן װעל איך זיצן צו משפּטן אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום.13לײגט צו דעם שנײַדמעסער, װאָרעם צײַטיק איז דער שניט; קומט טרעט, װאָרעם פֿול איז דער קעלטער, די קובלען לױפֿן איבער, װאָרעם גרױס איז זײער בײז.
14מחנות, מחנות אין טאָל פֿון גזר! װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳ אין טאָל פֿון גזר.15די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ, און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן.
16און ה׳ װעט ברילן פֿון צִיוֹן, און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קֹול, און שטורעמען װעלן הימל און ערד; אָבער ה׳ װעט זײַן אַ באַשיצונג פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אַ פֿעסטונג פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
17און איר װעט װיסן אַז איך, ה׳ אלוקיכם, רו אױף צִיוֹן, מײַן הײליקן באַרג; און ירושָלַיִם װעט זײַן הײליק, און פֿרעמדע װעלן מער נישט דורכגײן אין איר.
18און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן די בערג טריפֿן זאַפֿט, און די הײכן װעלן איבערגײן מיט מילך, און אַלע גראָבנס פֿון יהוּדה װעלן איבערגײן מיט װאַסער. און אַ קװאַל װעט אַרױסגײן פֿון ה׳ס הױז, און װעט אָנטרינקען דעם טאָל שִטים.
19מִצרַיִם װעט אַ װיסטעניש װערן, און אֶדוֹם װעט אַ װיסטער מדבר װערן, פֿאַר דעם אומרעכט צו די קינדער פֿון יהוּדה, װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט אין זײער לאַנד.20אָבער יהוּדה װעט זײַן אײביק באַזעצט, און ירושָלַיִם אױף דור-דורות.21װאָרעם איך װעל רײניק זײער בלוט,װאָס איך האָב נאָך נישט גערײניקן,און ה׳ װעט װױנען אין צִיוֹן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276